פרעזידענט פוטין פון רוסלאנד האט געלאזט הערן א אומגעווענליכע ווארנונג אין ליכט פון די מעלדונג פון פרעזידענט טראמפ זיך צו ארויסציען פון דעם מיסל אפמאך וועלכע איז אונטערגעשריבן געווארן צווישן אמעריקע און רוסלאנד נאכ׳ן קאלטן קריג, און געזאגט אז רוסלאנד וועט רעאגירן מיליטעריש אויב אמעריקע וועט צושטעלן אזעלכע מיסילס פאר אייראפעישע לענדער.

דאס קומט נאך א וואך פון קעגנזייטיגע באשולדיגונגען, טראמפ זאגט אז רוסלאנד האט פארלעצט דעם אפמאך מיט׳ן אנטוויקלן א לאנג שטרעקיגע ערד-צו-ערד מיסיל, אבער רוסלאנד זאגט אז דער מיסיל פאלט נישט אונטער דעם אפמאך, טראמפ זאגט אז אמעריקע וועט אנהייבן פאבריצירן נייע וואפנס אויסער אויב רוסלאנד און כינע שרייבן אונטער א נייע אפמאך. פוטין האט נעכטן געווארנט אז אמעריקע שטעלט איין דערמיט די וועלט, און האט געזאגט אז אויב וועט אמעריקע פראדוצירן אזעלכע וואפן וועט רוסלאנד אויך אנהייבן א מאסן פראדוקציע פון אזעלכע מיסילס, און אז אויב אמעריקע וועט שיקן אזעלכע מיסילס פאר אייראפע וועט רוסלאנד נעמען מיליטערישע שריט.

די צוויי פירער זענען ערווארטעט זיך צו טרעפן קומענדיגע נאוועמבער אין פאריז פאר געשפרעכן, און זענען ערווארטעט צו דיסקוטירן דעם אנלעגנהייט, פוטין האט נעכטן געזאגט אז ער האפט אז אמעריקע וועט זיך איבעררעכענען און זיך האלטן צום אפמאך.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל