א אויטאבאס מיט סטודענטן אינאיינעם מיט וועג ווייזער איז פארשוועמט געווארן אין א בליץ-פארפלייצונג אויפ׳ן ירדנ׳ער זייט פונעם ים המלח, נאכדעם וואס א שטראם פון רעגן וואסער איז געקומען אראפ פון א בארג מיט א שטראם און פארשוועמט דעם אויטאבאס. אמווייניסטנס 18 זענען אומגעקומען און ארום 31 זענען ארויסגעראטעוועט געווארן, טייל פון זיי אין א קריטישע צושטאנד.

עטליכע לענדער אינעם ראיאן האבן געזען שווערע רעגנס און פארפלייצונגען די לעצטע טעג, אריינגערעכנט אין ארץ ישראל ווי רעגנס און שטורעמס האבן געברענגט שווערע שאדנס אין פילע געגענטער אין דרום ארץ ישראל, און עס איז ליידער אויך באריכטעט געווארן איין טויטפאל פון א 4 יעריג בעדואינער קינד.

די רעטונג ארבייט אין ירדן האט גענומען לאנגע שטונדן. די ירדנ׳ער אויטאריטעטן האבן געארבייט האנט ביי האנט מיט מדינת ישראל, וועלכע האט אראפגעשיקט עטליכע העליקאפטערס מיט זעלנער צו העלפן מיט די רעטונג ארבייט.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל