דער רוסישער מיליטער האט געמאלדן, אז זי האט אפגעשיקט פאר׳ן סירישן רעזשים איר גאר פארגעשריטענע עס-300 מיסיל שוץ סיסטעמען, וואס וועט צום ערשטן מאל געבן פאר די סירישע מיליטער אן אויבערהאנט איבער די מדינת ישראל פליגער, וועלכע פירן רעגלמעסיג דורך אטאקעס אין סיריע.

רוסלאנד האט שוין מיט עטליכע יאר צוריק פארשפראכן דאס צו צושטעלן פאר סיריע, אבער עס איז נאכאנאנד פארשפעטיגט געווארן צוליב דרוק פון מדינת ישראל. אצינד, נאך אן איצידענט מיט צוויי וואכן צוריק, אין וועלכע 15 רוסישע מיליטערלייט זענען אומגעקומען צוליב א פייער אויסטויש צווישן מדינת ישראל און סיריע, האט דער רוסישער מיליטער באשלאסן צו ענדגילטיג אפליפערן דעם מיסיל שוץ סיסטעם, טראץ פראטעסטן פון מדינת ישראל. אויך דער אמעריקאנער סעקערטערי אף סטעיט מייק פאמפעאו האט פארדאמט די רוסן, זאגנדיג אז עס וועט פירן צו א פארערגערונג פון די סיטואציע אין סיריע.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל