רוסלאנד האט צוגעזאגט פאר סיריע, אז זי וועט פארשטערקערן זייער לופט פארטיידיגונג סיסטעם אין די קומענדיגע צוויי וואכן.

דאס קומט אין די צייט וואס די אנגעשטרענגטע צושטאַנד צווישן רוסלאנד און ארץ ישראל איז אויף א הויכע שטאפל, נאכדעם וואס רוסלאנד טענה'ט אז ארץ ישראל איז שולדיג פאר די רוסישע מיליטערישע פליגער וואס איז געווארן אראפגעשאסן פארגאנגענע וואך אין סיריע.

די מדינת ישראל מיליטער האט אפגעלייקענט איר שולד, און קריטיקירט די באוואפענונג פון די שווערע און סאפיסטיקירטע וואפן. זי טענה'ט אז זי מוז באהאנדלען די איראנער וואפן און כוחות וואס באזעצן זיך אין סיריע. זי ערקלערט אז ווען רוסלאנד גייט שיקן נאך וואפן קיין סיריע, גייט דאס זיין א שטער פאר ארץ ישראל צו קענען ווייטער דורכפירן באמבאדירונגען אין סיריע.

רוסלאנד האט שוין געהאט געזאגט עטליכע מאנאטן צוריק אז זי קלערט ערנסט פון געבן די עס-300 מיסילס פאר די אסאד רעזשים, זיך צו קענען פארטיידיגן פון איזראעלישע און אמעריקאנער באמבארדירונגען, אבער די רוסן האבן צוריקגעצויגן אין מאי. יעצט סטראשעט די בער צו ווייזן נקמה פאר די איזראעליס.

בילד

באריכט פון לוי מאיער צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם | וואטסעפפ)

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל