רוסלאנד האט געהאט געזאגט אז סיריע האט אראפגעשאסן איינע פון אירע מיליטערישע פליגערס, אבער יעצט ווארפן זיי די שולד פון די פופצן טויטע מענטשן אויף מדינת ישראל.

די רוסישע פארטיידיגונג מיניסטעריום זאגט אז די מדינת ישראל קריגס דזשעטס האבן נעכטן אריינגעלייגט די איי-על-20 פליגער אין די סכנות'דיגע וועג פון די סירישע לופט פארטיידיגונג סיסטעם, נאכ'ן נישט געבן גענוג צייט פאר די רוסן, מיט'ן געבן א שפעטע ווארענונג.

די איזרעיליס האבן אויסגעדרוקט טרויער איבער די 15 טויטן אין א טוויט, אבער האבן צוגעלייגט (זעה טוויט אונטן) אז "איזראעל האלט די אסאד רעזשים, וועמענ'ס מיליטער האט אראפגעשאסן די רוסישע פליגער, פאַראַנטוואָרטליך פאר די אינצידענט". זיי האבן אויך געשריבן אין א טוויט, אז די מדינת ישראל פליגערס זענען שוין געווען צוריק אין איר טעריטאריע ווען די מיסילס זענען ארויסגעשאסן געווארן.

מדינת ישראל, וועלכע האבן אויך באשולדיגט איראן און חיזבאלע, באשטעטיגן זעלטן אז זיי האבן בכלל דורכגעפירט אן אטאקע אין סיריע, אבער א איזרעילי מיליטערישע באאמטער האט לעצטענס באשטעטיגט, אז זיי האבן שוין אטאקירט מער ווי צוויי הונדערט איראנער פאזיציעס אין סיריע איבער די לעצטע אכצן מאנאטן.

וואס פונקטליך האט פאסירט?

די דעטאלן זענען אומקלאר און צומישענדיג, און די רוסישע ווערסיע פון די אינצידענט איז נישט פארלעסליך און דערווייל נישט באשטעטיגט.

די רוסישע פליגער איז פארשוואונדן געווארן פאר די ראַדאַר מאָנטאָג בערך 11 ביינאכט (לאקאלע צייט), און האט פאסירט בערך 22 מייל פון די סירישע וואסער ברעג, ווען די איי-על-20 האט זיך צוריקגעקערט צו די רוסישע חְמֶיימִים באזע, נעבן די שטאט לודקיא.

די רוסישע מידיא האט געהאט באריכטעט, אז די איי-על-20 איז פארשוואונדן געווארן אינמיטן א לופט אטאקע אויף סירישע אין לודקיא, דורך מדינת ישראל עף-16 דזשעטס.

אין א סטעיטמענט דורך די רוסישע פארטיידיגונג מיניסטעריום, זאגט זי אז מדינת ישראל'ס "אומפאַראַנטוואָרטליכע האַנדלונג" איז שולדיג פאר די טראגעדיע. זי האט געזאגט אז זי האט באקומען ווייניגער פון איין מינוט צייט ארויסצוציען אירע פליגערס פון די לופט ווי די אטאקע איז פארגעקומען, ברענגענדיג א סירישע פארטיידיגונג רעאקציע וואס האט אנגעטראפן איר פליגער, אומברענגענדיג די מאנשאפט פון פופצן מענטשן.

"די מדינת ישראל פליגערס האבן אזוי אויסגערעכנט צו שאפן א געפערליכע סיטואציע צו שיפן און פליגערס אין די אומגעגנט", האט געזאגט א רוסישע ווארטזאגער. יענער האט אויך געזאגט אז מדינת ישראל האט גענוצט די איי-על-20, זיך צו באשיצן פון די סירישע פארטיידיגונג מיסילס.

די איי.די.עף. האט געזאגט, אז זי האט געצילט די סירישע פאבריק ווי זיי האבן געהאלטן אדער פּראָדוצירט וואפן וואס האט געדארפט אנקומען צו חיזבאלע אין לבנון. זי טענה'ט אז די סירישע פארטיידיגונג מיסילס זענען געווען אומפונקליך, און האט פארפאסט איר ציהל אויף אירע פליגערס, און דערפאר באטראפן די איי-על-20. זי באשולדיגט אויך אז סיריע האט געזאלט זיכער מאכן אז קיין רוסישע פליגערס געפונען זיך נישט אין די הייעך אין די אומגעגנט, פאר זיי האבן ארויפגעשאסן וואפן אין די לופט. זי זאגט אז אירע פליגערס זענען שוין געווען צוריק אין איר טעריטאריע, ווען די מיסילס זענען ערשט ארויסגעשאסן געווארן.

בילד

באריכט פון גמליאל כ"ץ צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם | וואטסעפפ)

טוויט

מאפע


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל