ניו דזשערסי - די מידיא דרייעט זיך איבער, מיט א קליינע בעיבי וואס איז געפונען געווארן קריכן אויף א גאס אין לעיקוואוד, אין א אינצידענט וואס וואלט זיך גרינג געקענט ענדיגן מיט א שרעקליכע טראגעדיע.

די געשיכטע האט זיך אפגעשפילט פינף אזייגער שב"ק נאכמיטאג, ווען קאָרי קענאָן האט באמערקט דאס קינד קריכענדיג אויף די גאס ווער ער האט דארט געפירט זיין טראק, און האט געמיינט אז דאס איז א שפילצייג אויף דער ערד. ווען ער האט איינגעזעהן אז דאס איז אייגענטליך א לעבעדיגע קינד, האט ער גענומען א בילד דערפון, "איך האב געוואוסט אז איך דארף דאס דאקומענטירן אלס באווייז" האט ער ערקלערט פאר די "אסבורי פארק פרעס". א שכן איז דאן ארויסגעקומען, און צוריקגעטראגן דאס קינד צו איר היים.

די אויטאריטעטן האבן געעפנט א אויספארשונג איבער די אינצידענט. די לעיקוואוד פאליציי זאגט אז די פאמיליע האט נישט גענומען אין אכט אז דאס קינד פעלט בכלל פון שטוב, נאכדעם וואס אן אנדערע קינד האט פילייכט געעפנט די טיר און געלאזט אפן פאן די בעיבי צו ארויסקריכן אומבאמערקט.

בילד

באריכט פון יואל זילבער צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם | וואטסעפפ)

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל