מאסקווע – הויכראנגיקע רוסישע רעגירונג באאמטע זאגן, אז זיי פירן בכלל נישט קיין געשפרעכן מיט דעם סירישן רעזשים פון באשאר אסאד זיי צו סופלייען מיט די פארגעשריטענע "עס-300" מיסיל סיסטעמען. רוסלאנד האט מיט עטליכע וואכן צוריק געזאגט אז זי קלערט ערנסט פון געבן די מיסילס פאר אסאד, זיך צו קענען פארטיידיגן פון איזראעלישע און אמעריקאנער באמבארדירונגען, אבער ווי עס זעט אויס האט רוסלאנד צוריקגעצויגן, און לויט ווי מ'הערט פון וולאדימיר קאזין, וועלכער פירט אן רוסלאנד'ס מיליטערישע הילף פאר אנדערע לענדער, זענען דערווייל נישטא קיין פלענער צו פארקויפן אדער שענקען די עס-300 מיסילס פאר סיריע, ברענגענדיג שטארקע בארואיגונג פאר אמעריקע און מדינת ישראל.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל