וואשינגטאן – סעקרעטערי אוו סטעיט מייק פאמפעיא האט געלאזט הערן, אז אויב צפון קארעא וועט טאקע אויפגעבן נוקלעארע וואפנס, וועט אמעריקע ארויסהעלפן צוריקבויען די ארטיגע חרוב'ע עקאנאמיע, און אהערשטעלן צפון קארעא אלס א בליענדיגע עקאנאמישע מאכט, אויפ'ן זעלבן פארנעם ווי איר שכן דרום קארעא.
פאמפעיא'ס פאזיטיווע ווערטער זענען געקומען אין דער זעלבער צייט וואס צפון קארעא האט ארויסגעשיקט אן אפיציעלע איינלאדונג, פאר זשורנאליסטן פון אמעריקע און איבער דער וועלט, מיטצוהאלטן וויאזוי זי וועט איינווארפן איר נוקלעארע טעסט טונעלן. די איינווארפונג וועט אפגעהאלטן ווערן צווישן מאי 23 און מאי 25, א פאר וואכן איידער קים יאנג אן וועט זיך טרעפן מיט פרעזידענט טראמפ.

הוסף רשומת תגובה