פרעזידענט טראמפ טוט זיך אפט בארימען אז ער האט זיך זעלבסט אויפגעבויט זיין פארמעגן, מיט בלויז איין מיליאן דאלער הלוואה פון זיין טאטע. אבער די ״ניו יארק טיימס״ באריכטעט היינט די געפינסן פון אן אויספארשונג וואס זי פירט שוין איבער א יאר, אין וועלכע זיי גייען נאך איבער א ביליאן דאלער וואס טראמפ האט געירש'נט, אבער איבער 413 מיליאן דאלער וואס ער האט באוויזן צו באהאלטן דורך פארשידענע שטייער שווינדלערייען.

דער ״ניו יארק טיימס״ זאגט, אז זיי האבן איבערגעקוקט איבער 100,000 דאקומענטן וועלכע צייגן אז זיין פאטער פרעד טראמפ האט אינאיינעם מיט זיין זון דאנעלד, אויפגעשטעלט פארשידענע לופט-קארפאראציעס צו באהאלטן דאס געלט, און האט עס אריבערגעפירט צו דאנעלד טראמפ, דורך כלומר׳שט "אפקויפן" מאטריאל פאר פיל העכערע פרייזן ווי די מארקעט ווערד.

פון ארום א ביליאן דאלער וואס די ירושה האט באטראפן, וואלט טראמפ געדארפט באצאלן שטייער ארום 550 מיליאן דאלער, אבער דורך פארשידענע שפיצלען און שטיקלעך האט ער באצאלט בלויז ארום 52 מיליאן דאלער, מיט 431 מיליאן ווייניגער ווי עס פאדערט זיך געזעצליך.

דער ניו יארקער אטוירני זשענעראל האט געמאלדן, אז אין ליכט פון די אויפדעקונג, וועלן זיי עפענען אן אויספארשונג צו אריינקוקן אין דעם קעיס, און מעגליך אריינגעבן א קלאגע קעגן פרעזידענט טראמפ איבער זיינע שטייער שווינדלערייען.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל