אין די לעצטע חדשים האט דער געוועזענער פרעזידענטליכע קאנדידאט בערני סאנדערס געעפנט א מאסיווע קאמפיין קעגן עמעזאן, ער האט זיי באשולדיגט אין מיסברויכן זייערע ארבייטער און זיי צאלן שפאט נידריגע געהעלטער, א זאך וואס לאזט זיי איבער ארים און אנגעוויזן אויף פעדעראלער רעגירונג הילף.

נעכטן האט עמעזאן געמאלדן אז זיי נעמען אן די קריטיק, און וועלן צום אנהייב פון קומענדיגע יאר העכערן די מינימום געהאלט פון אלע ארבייטער צו 15 דאלער א שעה, א סומע וועלכע דעמאקראטן פארשפרעכן צו שטעלן אלס נאציאנאלע מינימום וועיזש אנשטאט די יעצטיגע 7.25 דאלער א שטונדע.

איראניש אז דער שריט קען אומדירעקט העלפן דאנעלד טראמפ און די רעפובליקאנער, וויבאלד פילע פירמעס האבן שוין געמאלדן אז זיי וועלן נאכגיין אין די פוסטריט פון עמעזאן און העכערן די מינימום וועידזש, א זאך וואס וועט העכערן די נאציאנאלע איינקונפט, און נאכמער פארבעסערן די ציפערן פון די עקאנאמיע, וועלכע העלפן דעם אמטירנדער פרעזידענט.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל