די אידישע קהלה אין שיקאגא - און ספעציעל חסידי חב״ד - זענען אויפגעשוידערט פון די ברוטאלע מארד וואס האט פאסירט מאנטאג שמיני עצרת אין שיקאגא, אין וועלכע דער 24 יעריגער בחור אליהו מאשקאוויטש הי"ד איז קאלטבלוטיג דערשאסן געווארן.

אליהו איז געווען אויפ׳ן וועג אהיים פון בית המדרש, און האט שפאצירט אינעם ראדזשערס פארק געגנט פון דער שטאט, ווען א פארמאסקירטער פארשוין האט אים דערשאסן צום טויט. זיין טויט האט שטארק צושוידערט הונדערטער איינוואוינער פון די געגענט וועלכע קענען אים פערזענליך, וויבאלד ער האט געדינט אלס משגיח כשרות אין די לאקאלע סופערמארקעט.

פאליציי האט פארעפנטליכט א בילד פונעם מערדער, זיין געזיכט איז איבערגעדעקט מיט א שווארצן שלייער. זיי זאגן אז ער האט אינעם זעלבן טאג דערשאסן נאך צוויי איינוואוינער פון שיקאגא. זיי שאצן אז ער האט נישט דירעקט געצילט די קרבנות.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל