אָלבאַני. — ניו יאָרק סטעיט אַטוירני–דזשענעראל האט זיך אָנגעשלאָסן אין אַ קאָאַליציע פון ערוויילטע באַאַמטע צו פאַרלאַנגען פון די "פעדעראַלע קאָמיוניקעישאָנס קאָמישען" (עף–סי–סי) צו שאַפן נייע רעגולאַציעס וואס זאָל ערלויבן טעלעפאָן פירמעס צו בלאָקירן "ראָבאָקאָלס" (אומגעבעטענע טעלעפאן–קאָלס דורך קאָמפּיוטערס וואָס רופן אויטאָמאַטיש אַ גאַנצע ליסטע מיט טעלעפאָן–נומערן).

בילד

דעם פאַרגאַנגענעם יאָר, האָט די "עף–סי–סי" — אויפ'ן פאַרלאַנג פון אַ קאָאַליציע פון אַטוירני–דזשענעראלס — געגעבן אויטאָריטעט פאַר די טעלעפאָן פירמעס צו בלאָקירן געוויסע אומלעגאַלע פאַלשע "ראָבאָקאָלס". יעצט זוכט די קאָאַליציע פון 34 אַטוירני–דזשענעראלס לענגאויס דאָס לאַנד נאָך אויטאָריטעט פאַר די טעלעפאָן פירמעס צו אַרבעטן אינאיינעם צו אויפכאַפּן און בלאָקירן די אומלעגאַלע פאַלשע "ראָבאָקאָלס".

אין אַ פאָרמאַלע טענה, האָט די קאָאַליציע אָנגעוויזן אַז שווינדלער וועלכע נוצן אומלעגאַלע "ראָבאָקאָלס" האָבן אויסגעפונען וועגן זיך אַרויסצודרייען פון אַ "קאָל בלאָקינג אָרדער" וואָס איז אַרויסגעגעבן געוואָרן דעם פאַרגאַנגענעם יאָר דורך די "עף–סי–סי". די "עף–סי–סי" האָט פאָריגעס יאָר באקומען 4.5 מיליאָן קלאגעס איבער אומלעגאַלע "ראָבאָקאָלס", מער ווי צוויי און אַ האַלב מאָל מער ווי זיי האָבן באקומען מיט 4 יאר צוריק.

לויט די ניו יאָרק סטעיט אַטוירני–דזשענעראל, אָנדערוואָד, ערמעגליכט די "ספּאָפינג" פּראָגראַמען אַז די שווינדלער זאָלן באַהאַלטן זייער אידענטיטעט, וואָס מאַכט עס שווערער פאַר די לאָו–ענפאורסמענט זיי צו ברענגען צו יוסטיץ.

איין טאַקטיק וואָס די שווינדלער נוצן אויס איז אַ טעכניק וואָס ערלויבט פאַר דעם רופער — אָפּגעזען וואו ער געפינט זיך — צו ערשיינען אויף אַ "קאָלער איי–די" ווי עס קומט פון אַ טעלעפאָן–נומער וואָס האט די זעלבע לאָקאַלע עיריע–קאָוד ווי די קאָנסומער. דאָס מאַניפּולירן די "קאָלער איי–די" אינפאָרמאַציע העכערט די מעגליכקייט אַז דער קאָנסומער וועט ענטפערן דעם רוף.

אין אַ דערקלערונג האָט אָנדערוואָד אָנגעוויזן, אַז אין נאָוועמבער 2017 האָט די "עף–סי–סי" ארויסגעגעבן די " 2017 קאָל בלאָקינג אָרדער", וואָס וועט געבן טעלעפאָן פירמעס די מעגליכקייט צו באַטראַכטן די לעגיטימע קאָולס און אידענטיפיצירן אומלעגאַלֹע פאַלשע קאָולס און זיי בלאָקירן.

די פרישע צוגעלייגטע אויטאָריטעט וואָס ווערט יעצט פאַרלאַנגט דורך די אַטוירני–דזשענעראלס וועט לאָזן די טעלעפאָן פירמעס נוצן נייע טעכנאָלאָגיע צו אויפכאַפּן און טעלעפאָן פירמעס אומלעגאַלע פאַלשע קאָולס — אפילו די וואָס קומען פון לעגיטימע טעלעפאָן נומערן.

אין 1991 האָט קאָנגרעס דורכגעפירט אַן אַמענדמענט צו די "קאָמוניקעישאָנס אַקט" וואָס האָט געלייגט שטאַרקע באַגרעניצונגען קעגן "ראָבאָקאָלס" — וואָס זענען מאַשינען וואָס רופן אויטאָמאַטיש אָן אַ גאַנצע ליסטע מיט טעלעפאָן נומערן — און אויך קעגן אַלגעמיינע "סאָליסיטעישאָן" רופן — וואָס רופן אָנצוטראָגן אַ געוויסן אַרטיקל אָדער סערוויס. דאָס האָט אין אַלגעמיין שטאַרק איינגעצוימט די "טעלעמאַרקעט" אינדוסטריע מיט פאַרשידענע נייע געזעצן. צום ביישפּיל, נישט רופן אין געוויסע שעות וואָס עס שטערט שטאַרק פאַר מענטשן אא"וו. אויך האָט עס פאַרלאַנגט פון פירמעס צוזאַמצושטעלן אַ ליסטע פון אַלע קאָסטומערס וואָס פאַרלאַנגען אַז זיי ווילן נישט באַקומען אַזעלכע רופן.

אָבער די געזעצן האָבן זיך נישט געהעריגע אויסגעאַרבעט. דעריבער האָט די "עף–סי–סי" איינגעפירט אין 2003 דעם "דו נאַט קאָל" ליסטע סיסטעם, וואו מענטשן האָבן זיך געקענט איינשרייבן אין אַ ליסטע פון נישט רופן, אַנשטאָט נאָר אַז די קאָמפּאַני זאָל האַלטן אַזאַ ליסטע. די געזעץ איז למעשה נאָר אַריין אין קראַפט אין 2004 צוליב געריכט אַמפּערייען.

אָבער נאָך די אַלע יאָרן מיט די אַלע שטראָפן האָבן זיך די באַגרעניצונגען נישט געהעריג איינגעגעבן, און מענטשן האָבן ווייטער באַקומען די קאָלס. די אורזאַך פאַרוואָס די געזעצן האָבן נישט געהאַט קיין אַפעקט איז צוליב די פילע "לופּ–האָולס" וואָס די פירמעס טרעפן אויס. צי איז דאָס רופן פון אינדרויסן פון לאַנד, צי אַרומטוישן אַביסל דעם דיזיין פון די מאַשינען אַז זיי זאָלן נישט פאַלן אונטער די באַגרעניצונגען פון דעם געזעץ. דעריבער איז מען אויפגעקומען מיט אַ גוטע עצה צו קענען קאָנטראָלירן דעם פּראָבלעם, אַז די טעלעפאָן פירמעס זאָלן קענען איינשטעלן טעכנאָלאָגישע סיסטעמען וואָס וועלן "פילטערן" די סאָרט טעלעפאָן קאָלס, אַזוי ווי די אי–מעיל פירמעס פילטערן די אי–מעילס.

אָבער די פירמעס האָבן דאָס ערשט נישט געוואָלט טאָן ווייל זיי האָבן מורא אַז מען וועט זיי קענען קלאָגן שפּעטער. די טעלעפאָן פירמעס זענען פאַרפליכטעט "אַריבערצופירן יעדן קאָלֹ וואָס קומט אויף זייערע ליניעס". דאָס איז געווען געמאַכט אַז די פירמעס זאָלן נישט קענען דיסקרימינירן וועמענס רופן זיי לאָזן יאָ אָדער נישט דורך. עווענטועל איז דורכגעפירט געוואָרן די רעגולאַציעס וואס האָט געגעבן פאַר די טעלעפאָן פירמעס די רעכט איינצופירן די קאָנטראָלן, און עס איז געקומען צו אַ שטיקל באַגרעניצונג אין די "ראָבאָקאָלס", אָבער מיט דער צייט האָבן די שווינדלער געטראָפן די "לעכער" וויאַזוי דאָס אויסצושפּילן. דעריבער פאַרלאַנגען יעצט די אַטוירני–דזשענעראלס פרישע מאָס–מיטלען דערקעגן. טעלעפאָן פירמעס ווערן ערוואַרטעט צו זיין גרייט אָנצוהייבן די נייע אויטענטיקאַציע–מעטאָד, נישט שפּעטער ווי 2019.

*

אין אַנדערע נייעס ווערט באַריכטעט, אַז די פּלאָג פון ״ראָבאָקאָלס״ ווערט ערגער און מער פאַרשפּרייט איבערהויפּט ביי סעלפאָונס, אז איבער א יאר וועט שוין רוב פון די סעלפאָון קאָלס מעגליך זיין פון די סאָרט, ווען מען זוכט אריינצונאַרן מענטשן אין פארשידענע שווינדלערייען.

מען שאַצט אז אין 2018 וועט זיין 30 ביליאָן אזעלכע קאָלס, 10 ביליאָן מער ווי אין 2017. בלויז אין אויגוסט איז געווען 4 ביליאָן ״ראָבאָקאָלס״ וואס 1.8 ביליאָן איז געווען פאר פאַרשידענע שווינדלערייען, נישט בלויז רעקלאַמעס.

מען דארף זיין זייער פארזיכטיג נישט אריינגעכאַפּט צו ווערן ווען מען באקומט א טעלעפאָן–קאָל ווי צום ביישפּיל, ווען מען גיט זיך אָן אַלס עמיצער פון די "איי–אַר–עס", און זיי געבן א טעלעפאן–נומער וואו מען דארף שוין אַריינרופן, ווייל אויב נישט וועט מען קומען ארעסטירן דעם מענטש. דאס איז איינע פון די פּאָפּולערסטע מיטלען אָפּצושרעקן מענטשן דורכ'ן טעלעפאָן, און ווען עמיצער רופט דעם אָנגעגעבענעם נומער, ווערט מען נאך מער איבערגעשראָקן ווען ער באקומט אַ שטרענגן באַפעל צו שיקן געלט עלעקטראניש צו א באַנק–אַקאַונט, אויב ער וויל זיך ראַטעווען פון אַן אַרעסט.

אבער די גאנצע זאך איז נישט מער ווי אַ געמיינער שווינדל, ווייל די "איי–אַר–עס" וועט קיינמאל נישט טעלעפאָנירן עמיצן צו בעטן געלט, זיי טוען דאס בלויז מיט א בריוו דורך פּאָסט. די "איי–אַר–עס" וועט קיינמאל נישט דורכפירן קיין ארעסטן, זיי זענען דאָ בלויז צו קאַסירן דאָס געלט. די "איי–אַר–עס" וועט בלויז איבערגעבן די באַטרעפנדע אינפאָרמאַציע פאר די פעדעראַלע פּראָקוראָרן, וועלכע שיקן אַראָפּ זייערע אַגענטן דורכצופירן אַן אַרעסט אויב זיי באַשליסן אז דער באַטרעפנדער איז באַגאַנגען אַ פאַרברעכן.

אַזוי אויך אויב מען באקומט א טעלעפאָן–קאָל אז עמיצער איז געבליבן שטעקן ערגעצוואו, און מען דארף שוין האבן געלט אים צו ראַטעווען, אויסצולייזן אַ קאַר אָדער פאַר מעדעצינישע געברויכן, זאל מען זאָפאָרט אַראָפּלייגן דעם טעלעפאָן אין רופן די פּאָליציי, און מען זאל נישט מורא האבן אז מען האט עמיצן געשטעלט אין א געפאר, וויל אויב דאס איז געווען אַן עכטער טעלעפאָן–קאָל וועט דאָך יענער נאכאמאל רופן, און אויב יענער האט נישט גערופן איז די בעסטע באַווייז אז דאָס איז אַ שווינדלער, און דערמיט האָט מען זיך געראטעוועט פון אומזיסטע עגמת–נפש און געלט–פאַרלוסטן.

די בעסטע וועג צו פאַרמיידן פון אַריינפאַלן אין אזעלכע פּלאָנטערס איז, נישט אויפצוהייבן דעם טעלעפאָן ווען אויפ'ן ״קאָלער איי–די״ ערשיינט אַן אומבאַקאַנטע נומער פון וואו דאָס קומט. אויב מען איז דאָך נייגעריג צו וויסן ווער עס רופט און מען הייבט יאָ אויף דעם טעלעפאָן, זאָל מען דאָס זאָפאָרט אַראָפּלייגן אויב מען הערט נישט אידענטיפיצירן אז דאס קומט פון א קאמפּעני מיט וועמען מען האנדלט.

אויב מען לייגט ארויף דעם טעלעפאָן–נומער אויף די ״נאָו קאָל ליסט״ נישט צו באקומען קיין שום ״פרעמדע״ טעלעפאָן–קאָלס, אָבער עמיצער רופט יאָ אַריין מיט א רעקלאַמע און דאס איז נישט א פירמע מיט וועמען מען טוט געווענליך ביזנעס, איז מען בארעכטיגט צו באקומען א שטראָף וואָס יענע פירמע מוז באצאלן אויב מען גיט אריין אַן אָנקלאַגע.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל