די אלגעמיינע פרעסע האט רעאגירט מיט שטוינונג, און באצייכנט דעם אינצידענט אלס אן "אומגלויבליכע נס", ווען א טאטע און זון אין קראון הייטס האבן איבערגעלעבט א שרעקליכע עקסידענט און ארויס כמעט אומבארירט, טראץ וואס דער קאר האט אריינגעשמעטערט מיט קראפט אין א ציגל וואנט און זי געווארפן הויעך אין די לופטן.

א ווידיא פונעם עקסידענט צייגט ווי דער קאר פארלירט קאנטראל, און פליט אריין דירעקט אין דעם טאטן און זיין זון וועלכער איז געווען אויפ׳ן וועג צו חדר, און די טאטע מיט׳ן קינד פליען צענדליגע פוס און לאנדען אריין אין א דערנעבנדיג פאדרשטע גארטן. די צוויי זענען אפגעפירט געווארן אין שפיטאל, און ב״ה ארויס בלויז מיט לייכטע וואונדן.

👈 זעהט ווידיא

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל