ברוקלין - עטליכע אידן זענען ארעסטירט געווארן אין בארא פארק ביי א הכנסת ספר תורה, ווען די פאליציי זענען אנגעקומען און געשריגן אז געוויסע ערלויבעניש דאקומענטן זענען נישט אין ארדערונג.

די פאליציי איז אנגעקומען אינמיטן די הכנסת ספר תורה, און געמאלדן אז זיי גייען אפשטעלן די שמחה של מצוה, צוליב פראבלעמען מיט די נויטיגע פערמיטן. מינוטן שפעטער, איז די סיטואציע ארויס פון קאנטראל.

געוויסע אזוי-גערופענע עסקנים האבן פאררופן א דעמאנסטראציע היינט 8:30 אויפדערנאכט, פארענט פון די זעקס און זעכציגסטע לאקאלע ען.וויי.פי.די. סטאנציע.

העסקן יודא פערלשטיין האט באוויזן צו באקומען א באפרייאונג פאר די אינגערמאן וואס איז ארעסטירט געווארן.









קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל