מדינת ישראל - צוויי איזרעילי'ס זענען אומגעברענגט געווארן, און נאך איינער איז שווער פארוואונדעט געווארן, אין א שיסעריי ביי די מערב ברעג, דורך א פאלעסטינער.

כאמאס האט אויסגעלויבט די אטאקע, זאגענדיג אז עס איז געווען א "העלדישע אפעראציע", אבער נישט גענומען קיין פאראנטווארטליכקייט, ווי אויך האט די איסלאמישע גרופע פון עזה, אויסגעלויבט די אטאקע.

די מדינת ישראל פאליציי, האט געזאגט אז די אטאקע ווערט באטראכט אלס טעראריזם, און האט אידענטיפיצירט די טעראריסט אלס א דריי און צוואנציג יעריגער, מיטן נאמען אַשראַף אבו שאַהאַם.

בילד


באריכט פון לוי מאיער צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם | וואטסעפפ)

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל