וואשינגטאן - די סענאט האט געשטימט שבת, אויפצונעמען ברעט קעווענאו אלס די סופרים קאורט ריכטער, נאכדעם וואס א מערהייט פון קאנסערוואטיווע סענאטארן האבן געשטימט אויף יא, וואס דאס איז געווען א גרויסע זיג פאר פרעזידענט טראמפ, נאך א ערנסטע קאמף צווישן די רעכטע און לינקע סענעטארן איבער א באשולדיגונג קעגן אים, צוליב א אנגעבליכע פארברעכן, וואס ער איז באגאנגען אלס יוגנטליכער מיט 35 יאר צוריק.
הוסף רשומת תגובה