נאכדעם וואס די עף-בי-איי האט נעכטן געשיקט צום סענאט, זייער באריכט איבער די באשולדיגונגען קעגן ריכטער ברעט קאוואנאו, האט דער סענאט פירער מיטש מעקאנעל, היינט אפהאלטן די ערשטע רונדע שטימען פאר זיין באשטעטיגונג, און נאכ׳ן קריגן 50 שטימען קוקט אויס ווארשיינליך, אז מארגן שבת וועט ער שוין באשטעטיגט ווערן.

דאס קומט נאכדעם ווי עטליכע רעפובליקאנער סענאטארן, וועלכע זענען קודם געווען סקעפטיש איבער זיין נאמינאציע, האבן קלארגעשטעלט נאכ׳ן זען דעם עף-בי-איי באריכט, אז זיי וועלן שטימען פאר אים, אבער עטליכע דעמאקראטישע סענאטארן, האבן געזאגט אז די אויספארשונג איז געווען גאר באגרעניצט, צוליב פאליטישע דרוק פון ווייסן הויז.

בילד


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל