גאווערנאר ענדרו קאומאו, האט נעכטן אויפגעוויקלט א פלאן, וואס ער זאגט וועט טראנספארמירן די קענעדי לופטפעלד, אין איינע פון די וועלטס שענסטע און מאדערנסטע לופטפעלדער איבער די וועלט, עס וועט ערזעצן די יעצטיגע אכט טערמינאלן, אין צוויי שפאגל נייע ריזיגע טערמינאלן, און צולייגן א פארגעשריטענע באן נעץ, וואס זאל פירן פאסאזשירן צווישן די טערמינאלן.

דער שעפערישע פראיעקט, וועט אפקאסטן 13 ביליאן דאלער, און 12 ביליאן דערפון וועט קומען פון פריוואטע אינוועסטירער, ווי די לופטליניעס און אנדער פירמעס, עס וועט געדויערן זיבן יאר צו פארענדיגן, און נאכ׳ן זיין פארטיג וועט דער לופטפעלד זיין גרייט צו נעמען מיט 15 מיליאן מער פאסאזשירן יערליך.

דער גאווערנער האט געזאגט, אז דער נייער לופטפעלד וועט זיין א שטאלץ פאר ניו יארק, און וועט צושטעלן פאר פאסאזשירן גאר גרינגע און באקוועמע צוטריט צום עירפארט, און פונעם עירפארט, אזוי אויך וועלן די ארומיגע שאסייען איבערגעמאכט ווערן.

בילד


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל