א שטוינענדע באריכט פון אן אינסטיטוציע אין אינדיע, צייגט אז אין די לעצטע יארן זענען באריכטעט געווארן 259 טויטפעלער, וואס דער אורזאך פונעם טויט איז געווען, א געפארלפולער ״סעלפי״ בילד, א נייע ערשיינונג וואס איז צושטאנד געקומען א דאנק די פאדערשטע קאמערעס, וואס סמארטפאון פירמעס האבן אנגעהויבן ארויפלייגן אויף די טעלעפאנען ארום 2011. די טויטפעלער נעמען אריין מענטשן וואס האבן געזוכט צו נעמען אינטרעסאנטע סעלפיס אויף הויכע פלעצער, און זענען אומגעפאלן, און אזעלכע וואס האבן געוואלט צייגן ״קונצן״, און עס האט זיי געקאסט דאס לעבן. איבער האלב פון די טויטפעלער האבן פאסירט אין אינדיע, א לאנד מיט די וועלטס גרעסטע באפעלקערונג פון יוגנטליכע.

בילד


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל