אויטאריטעטן אין מדינת ישראל האבן אויפגענומען מיט שאק די מעלדונג פונעם ירדנ׳ער קעניג, אז זיין רעגירונג וועט נישט באנייען א ליעס וואס מדינת ישראל האט באקומען אונטער דעם שלום אפמאך אויף ירדנ׳ער טעראטאריע וועלכע זיצט צווישן מדינת ישראל שטחים. די ליעס דארף באנייט ווערן יעדע 25 יאר, און קומענדיגע יאר לויפט אויס די 25 יאר זינט דאס אונטערשרייבן דעם שלום אפמאך מיט ירדן. דער שטח איז עטליכע טויזנט אקערלאנד אינעם בקעת הירדן נעבן דעם שטעטל נהריים וואס איז אונטער מדינת ישראל, און אצינד ווערט דאס לאנד באארבייט דורך פארמער פון מדינת ישראל און איז א וויכטיגע אייקונפט פאר די ארטיגע איינוואוינער. דאס צוריקקערן די שטחים פאר ירדן וועט ברענגען עקאנאמישע שאדנס, און אויך פארמערט זיכערהייטס פראבלעמען מיט די גרעניצן.

דער מעלדונג איז געמאכט געווארן נאכדעם וואס דער קעניג שטייט אויס דרוק פון זיין עקסטרעמע אפאזיציע אז ער איז צו שוואך קעגן מדינת ישראל, און ווערט באטראכט דורך פילע אלס א מיטל צו לייגן מער דרוק אויף מדינת ישראל אז זיי זאלן נאכקומען אנדערע פארלאנגען פון ירדן, און אויך זיך צו ריקן פאראויס מיט די פאלעסטינער פארהאנדלונגען.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל