נאך 20 טעג פון לייקענען, האט די רעזשים אין סאודי אראביע מודה געווען אז סאודיער אגענטן האבן דערמארדעט דעם אנטי-רעזשים זשורנאליסט זשאמאל קאשוגי, א מארד וואס רופט ארויס אינטערנאציאנאלע אויפברויז און פארדאמונג. די סאודיער האבן קודם פרובירט צו פארציילן אז ער איז אומגעקומען אין א פיזישע קאנפראנטאציע וואס איז ארויס פון קאנטראל, און איז נישט געווען א געפלאנטער מארד, אבער פילע באווייזן צייגן אז דער מארד איז געווען געפלאנט.

דער סאודיער אויסערן מיניסטער האט דעם פרייטאג באשטעטיגט, אז סאודי אראביע האט ארעסטירט טייל פון די אגענטן וועלכע זענען געווען פארמישט דערין. ער האט אראפגענומען די אחריות פונעם רעזשים פאר׳ן אינצידענט, זאגנדיג אז עס רעדט זיך פון א אומאויטאריזירט מיסיע, און די אגענטן האבן געארבייט אויף די אייגענע הענט. אבער די טערקישע באאמטע ווארפן אפ די סאודיער ווערסיע, און צייגן אז די גאנצע אפעראציע איז געווען קלאר געפלאנט ווי א מארד, אריינגערעכנט די פאקט אז זיי האבן מיטגעברענגט געצייט צו באהאנדלן די קערפער, און עס איז מיטגעקומען אן פאלמעסונג דאקטאר. אזוי אויך זאגן די טערקן, אז די טעלעפאן רעקארדן צייגן, אז דער אפיס פונעם קרוין פרינץ מוכמאד בין סאלמען איז געווען עטליכע מאל אויפ׳ן טעלעפאן צום אמבאסאדע אין די שטונדן ווען קאשוגי איז ערמארדעט געווארן, וואס ווארפט אפ די טענה אז ער איז נישט געווען פארמישט.

דער קרוין פרינץ מוכמאד בין סאלמען זאגט, אז ער האט נישט געוויסט גארנישט דערוועגן. ער האט פארארדנט די ארעסט פון 18 באאמטע אינעם שפיאנאזש דינסט, און האט אוועקגעשטעלט א קאמיטע צו רעפארמירן די סאודיער שפיאנאזש אגענטורן, צו פארזיכערן אז עס פאסירט נישט אין די צוקונפט. און ער האט אויך זיך פארבינדן מיט די פאמיליע, צו אויסדריקן טרייסט. פילע לענדער האבן אפגעווארפן די סאודיער געשיכטע, און פרעזידענט טראמפ האט געזאגט אז עס איז ״פארדרייענישן און ליגנטס״. און אזוי אויך האבן דייטשלאנד, פראנקרייך, און קאנאדע אלע אפגעווארפן די סאודיער תירוצים, און עטליכע פון זיי האבן געמאלדן עקאנאמישע שטראפן.

אין אנדערע נייעס, איז פארעפנטליכט געווארן א ווידעא פון א מאן געקליידעט מיט די קליידער פון קאשוגי און ענליכע פנים און קערפער מאס, ארויסשפאצירן נאכ׳ן מארד. ווי עס שיינט, האבן די סאודיער פרובירט צו נוצן א ״דאפלט״, וואס זאל אויסקוקן ווי קאשוגי צו ארויסשפאצירן פונעם אמבאסאדע נאכ׳ן מארד, און אזוי ארום פארווישן די שפורן, אבער עס איז - ווי עס שיינט - נישט געגאנגן ווי געפלאנט, וויבאלד דער דאפלט האט פארגעסן צו טוישן די שוך, און עס איז אויך מעגליך צו זעהן גאנץ א קלארע אונטערשייד.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל