פענסילוועניע - דר. דזשעפרי "דזשעף" כהן איז דער פרעזידענט פון די "אַליגעני דזשענעראַל" שפיטאל וואס באהאנדלט דעם בלוט דארשטיגער מערדער ראַבערט באָוערס, וואס האט אויסגע'שחט'ן עלף אידישע קינדער פון די פארברעך פון זיין א איד, הי"ד.

אין א אינטערוויו מיט סי.ען.ען., דערציילט דר. כהן וויאזוי עס איז צוגעגאנגן פון די ערשטע שאס, ביז ער האט אריינשפאצירט צו די שפיטאל צימער פון דעם רוצח און זיך פארגעשטעלט אלס "דר. כהן". באָוערס האט נאך געשריגן "איך וויל אויסמארדן אלע אידן" (היל"ת), ווען ער איז אנגעקומען צו די "עמורדזשענסי רום".

באָוערס ווערט באהאנדלט פאר גאן וואונדן פון זיין אויסטויש מיט די פאליציי נאכ'ן אריינשפאצירן אין א קאָנסערוואַטיווע שוהל שב"ק צופרי, און זיך גענומען אויסקוילערן אנוועזנדע אידן מיט א מאשין ביקס (זעהט בילדער און ווידיאס). כאטש דריי דאקטוירים און קראַנקן-שוועסטערס (נורסעס) וואס האבן באהאנדלט דעם מערדער, זענען אידן.

בילד: דר. דזשעפרי כהן
דר. דזשעפרי כהן

בילד: אַליגעני דזשענעראַל האָספיטעל
אַליגעני דזשענעראַל האָספיטעל

די סי.ען.ען. אינטערוויו

באריכט פון יואל זילבער צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם | וואטסעפפ)

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל