א שרעקליכע עקסידענט אין ארה"ק האט אומגעברענגט אכט מענטשן, ווען צווי אויטאס האבן צונויפגעקראכט היינט צופרי, און איין קאר האט אויפגעריסן אין פלאמען אויף די כביש 90 נעבן די ים המלח.

די באטראפענע זענען געפונען געווארן דורך רעטונגס אגענטן פארכאפט אין די ברענעדיגע קאר, וואס האט ליידער פארברענט לעבעדיגערהייט די צוויי עלטערן און זעקס קינדער רח"ל. די צוויי פאסאזשירן פון די צווייטע אויטא, א מיטל-יעריגער פרוי מיט איר יונגע טאכטער, האבן ביידע געליטן קאפ-וואונדן.




בילד




קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל