דער אמעריקאנער סייבער קאמענד האט אנגעהויבן נוצן א מער אגרעסיווע טאקטיק צו באשיצן אמעריקאנער אינסטיטוציעס קעגן רוסישע סייבער אטאקעס, דורכ'ן צילן פערזענליך די אינדיווידועלע רוסישע אגענטן וואס זענען פארמישט אין די סייבער אטאקעס קעגן אמעריקע און קעגן די אמעריקאנער וואל סיסטעם. און זיי ווארענען איבער די שריט וואס זיי נעמען און די קאנסעקווענצן און סאנקציעס וואס זיי קענען ליידן דערפון.

דאס איז די ערשטע שריט וואס ווערט גענומען אויפ׳ן מיליטערישן שטאפל (אויסער דיפלאמאטישע דרוק און סאנקציעס), קעגן אזעלכע סארט סייבער אטאקעס. טייל פון די וועלכע פארנעמען זיך מיט אזעלכע אקטיוויטעטן, זענען אויך פריוואטע רוסישע ארגאניזאציעס, וועלכע ארבייטן צו אנזייען כאאס און מיס-אינפארמאציע אין אמעריקאנער פאליטיק.

דאס קומט נאכדעם, וואס דער יוסטיץ דעפארטמענט האט געווארנט איבער א ברייטפארצווייגטע רוסישע אפעראציע, צו אויסנוצן די מיד-טוירם וואלן אויף צו אנזייען כאאס. די אפעראציע איז געפירט געווארן דורך א פריוואטע ארגאניזאציע, וואס האט אויסגעגעבן צענדליגע מיליאנען דאלער צו אנפולן סאציאלע מידיע נעצן מיט קעגנזייטיגע העצערישע אינהאלט געצילט צו אנזייען מער פיינטשאפט און כאאס צווישן אמעריקאנער.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל