ארום 50 טויזנט נאט"א זעלנער גרייטן זיך מארגן צו עפענען מאסיווע מיליטערישע מאנעווערס אין נארוועגיע, די מאנעווערעס נעמען אריין לופט, ים, און ערד זעלנער באגלייט מיט די פארגשעריטענסטע וואפן פונעם אמעריקאנער מיליטער און פון נאט״א. דאס איז די גרעסטע מיליטערישע מאנעווערעס פון נאט״א זינט איר גרינדונג, און שיקט א קלארן מעסעדזש פאר רוסלאנד - וועלכע גרעניצט זיך מיט נארוועגיע - אז נאט"א וועט איר נישט ערלויבן צו אנשרעקן און אינוואדירן אירע שכנות׳דיגע לענדער.

די מאנעווערעס נעמען אריין - ווי געזאגט - 50,000 זעלנער פון 29 לענדער, מיט 10,000 מיליטערישע טענק, 250 קאמפס פליגערס, און 60 שיפן. עס באטייליגן זיך אויך זעלנער פון שוועדן און פון פינלאנד, טראץ וואס זיי זענען נישט אפיציעל א טייל פון נאטא.

רוסלאנד איז שטארק אויפגעברויזט איבער דעם מאנעווערע. זי זאגט אז עס סטימולירט אן אטאקע קעגן רוסלאנד, טראץ וואס עס ווערט אפגעהאלטן ווייטער פונעם רוסישן גרעניץ. עס קומט אויך אין א צייט וואס די באציאונגען צווישן אמעריקע און רוסלאנד זענען אנגעשטרענגט, נאכדעם וואס טראמפ זוכט צו אנולירן א מיסיל אפמאך וואס איז געשלאסן געווארן נאכ׳ן קאלטן קריג.

בילד


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל