"שרעק", א נייע בוך פון בּאַבּ וואָודוואָרד, מאָלט אַראָפּ די דראמאטישע סצענע וואו טראָמפּ'ס פרעזענליכע לויער דזשאַן דאַוד האט געארבעט מיט'ן פרעזידענט צו איבער'חזר'ן אלע מעגליכע פראגעס איבער די רוסישע אריינמישונג אין די 2016 וואלן וואס ספּעציעלער פראָקוראָר ראַבערט מוללער וועט ווארשיינליך וועלן הערן ביי די לאנג-ערווארטע אינטערוויו. דאַוד האט זייער מורא, אז טראָמפּ וועט זיך פאררעדן ביי אזא באַגעגעניש, און וועט זיך פאַרפּלאָנטערן מיט פּערדזשורי (שווערן פאלש).

די בוך דערציילט איבער די קיינמאל-פריער פארעפנטליכטע אנגעצויגנקייט וואס הערשט כסדר אין די ווייסע הויז איבער די צוקונפט פון די אויספארשונג. וואָודוואָרד האט אפגעשריבן א גרויסע טייל פון די בוך, ווארט-ביי-ווארט פון רעקאָרדירונגען פון הונדערטער שטונדעס אינטערוויוס וואס ער האט געהאט מיט ערשטע-האנט עדות אין די ווייסע הויז.

וויבאלד וואָודוואָרד האט צוגעזאגט פאר אסאך פון די וואס ער האט אינטערוויו'ד אז ער וועט נישט ארויסגעבן זייער אידענטיטעט, האט ער באקומען א מער-אמת'דיג און אפענערע ווערסיע פון זיי.

וואָודוואָרד מאָלט אָפּ טראָמפּ'ס גערעגטקייט און פארדעכטיגטקייט איבער די רוסישע אויספארשונג, וואס לאזט נישט נאך, און האט פאראלאזירט די מערב פליגל פאר גאנצע טעג. ווען טראָמפּ האט געהערט איבער די באַשטימונג פון ראַבערט מוללער אלס ספּעציעלער פראָקוראָר, האט דער פרעזידענט געקרעכעצט "יעדער פרובירט מיך צו כאפן".

וואָודוואָרד האט געבעטן א אינטערוויו מיט פרעזידענט טראָמפּ, אבער האט דאס נישט באקומען. יעצט, ווען די 448-בלעטער בוך ליגט שוין אויף די פּאָליצע, האט טראָמפּ אנגערופן וואָודוואָרד און געפרעגט היתכן ער האט זיך מיט אים נישט אראפגעזעצט. טראָמפּ האט זיך אויך אפגערעדט, אז לכאורה וועט דאס זיין נאך א נעגאטיווע בוך איבער אים.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל