קאירא - א מאן איז ארעסטירט געווארן, פאר'ן פרובירן צו מאכן א כעמישע אטאקע אויף די אמעריקאנער אמבאסאדע אין עגיפטן.

די אינצידענט האט פאסירט ארום 1:30 נאכמיטאג (לאקאלע צייט), ווען עס איז ארויסגעקומען באריכטן איבער א געפלאנטע אטאקע אויף די אמבאסאדע. די אמעריקאנער אמבאסאדע האט געווארנט, אז אמעריקאנער ציווילע מענטשן זאלן זיך נישט דרייען נאנט צו דער אמבאסאדע. א שטונדע שפעטער, האט די אמבאסאדע געמאלדן, אז אלעס איז צוריק ווי געווענליך, און אז די פאליציי האט געפונען א ברענעדיגע פלאש אנגעפילט מיט אויפרייס מאטעריאל. 

אן איינגעשטעלטער אין די אמבאסאדע, וואס איז געווען אין די אמבאסאדע דורכאויס די אינצידענט, האט געזאגט אז די גאנצע עפּיזאָד האט פאסירט אינדרויסן פון די געביידע, און קיינער האט נישט באוויזן אריינצוקומען אין די קאמפלעקס. אויך האט ער געזאגט, אז עס איז נישט געהערט געווארן קיין אויפרייס אינעווייניג.
באריכט פון לוי מאיער צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם | וואטסעפפ)



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל