פון הרב משה נחום קרויס

בילד

פארווארט

ובכן תן פחדך ה' אלוקינו על כל מעשיך, ואימתך על כל מה שבראת: תן יראתך – יראת שמים, על כל הברואים. להשם ה'מלוכה' ו'מושל' בגויים. בראש השנה זענען מיר אידן מקבל 'מלכותו' יתברך, מיר בעטן אז מלוך על כל העולם כולו בכבודיך, און דערביי בעטן מיר אז פחד הדר גאונו זאל צעשפרייט ווערן אויף די גאנצע וועלט. די תפלה איז די ערשטע בקשה וואס מיר בעטן בראש השנה (בנוסח המיוחד בשמונה עשרה לראש השנה). הגאון רבי יעקב אדלשטיין זצ"ל ערקלערט עס בטוב טעם (גאון יעקב פ' וילך):
אויב וועט מען זיך מתבונן זיין וועלן מיר זעהן אז די תפילה פון 'תן פחדך ואימתך על כל מה שבראת' איז התפילה הנחוצה ביותר והמועילה ביותר פאר די גאנצע מענטשהייט. וועלכע הנאה וואלט דען א מענטש וואס פארמאגט אלעס גוט געהאט, אויב איש את רעהו חיים בלעו? ווען עס קען קומען א צווייטער און עס אוועקכאפן פון אים? די משנה אין אבות לערנט אונז: הוי מתפלל בשלומה של מלכות, זיי מתפלל אז עס זאל הערשן א פרידליכקייט צווישן די בירגער אין לאנד, ווייל ווען נישט, איש את רעהו חיים בלעו. ווי הגאון רבי חיים וואלאזשינער זצוק"ל ערקלערט: אויב וויל מען זיך איבערצייגן די ווערטער פון חז"ל, דאן קוקט נאר אויף די מלכות אליין, וואס זיי פארמאגן נישט קיין מוראה של מלכות, זיי שלינגען איין קלענערע לענדער.

שרייבט רבי יעקב, אפילו מיטן 'מוראה של מלכות' מיטן מורא פון די פאליציי, מיליטער אד"ג קענען נאך מענטשן אלס אויס'נער'ן די מלכות און באגיין פארברעכן, אויסער די מושג אז אין יעדע לאנד איז דא געגענטער ווי די פאליציי האט פשוט מורא אריינצוגיין אהין ווייל די עס ווערט געפירט ביי מסוכנ'דיגע באנדעס און פארברעכער. זאת ועוד, ווער רעדט נאך מימינו ווען מ'קען עלעקטאראניש בא'גנב'נען אנדערע, די מוראה של מלכות איז דאן נישט אין עפעקט!

אבער ווען די 'מוראה של מלכות' איז 'מלכות שמים' דאן איז די פחד על 'כל' מעשיך און 'על' כל מה שבראת! 'יראת שמים' איז די בעסטע געצייג צו האלטן די וועלט במצב השלום, די מוראה של מלכות שמים איז נישט מוגבל צו קיין זמן, מקום אדער נפש, עס איז איבעראל, שטענדיג און איבער יעדעם. מלכותך מלכות כל עולמים, וממשלתך בכל דור ודור. עס איז נישט אומזיסט פארוואס ביי אידן שומרי תורה ומצות פארלאנגט זיך נישט קיין פאליציי און אלגעמיין אפצוהיטן פון גניבות אד"ג, 'יראת שמים' איז די מוראה של מלכות ביי אונז אידן.

אינעם דיזן מאמר וועלן מיר בעז"ה ארומרעדן איבער די מושג אז ווען מידות און מוסרי איז געבויט אויף א מענטשליכע פילאזאפיע אדער פערזענליכקייט, וועט עס נישט קענען מאריך ימים זיין און אנהאלטן צו לאנג, ווייל ברוב הימים וועט קומען איינער וואס די דור וועט אננעמען אלס א גרעסערע חכם און יענער וועט האבן א אנדערע הסבר איבער דרך מוסרי וכדו'. – דערקעגן ווען די מוסרי איז מוסר אלקי כנתינתן מסיני, דאן האט עס א האפט פון לא תשכח מפי זרעו, עס בלייבט אויף אייביג און עס ווערט נישט עפעקטירט פון די זמן ומקום.

להחריב הדעת זעהט'ס מאמרי שערי מדע 'מוראה של מלכות' און 'חקיו ומשפטיו לישראל".

בעזרת השם נעשה ונצליח!

עמנואל קאנט


הגאון רבי מרדכי גיפטר זצ"ל (טלז) שרייבט אין זיינע בריוון (קובץ אגרות, חינוך והשקפה): ודכירנא, כ'געדענק אז אדמו"ר הקדוש הגאב"ד ור"מ דטלז האט געזאגט ביי איינע פון זיינע דרשות, אין די תקופה ווען כ'האב געלערנט אין טלז, תקופת הרת עולם בעפאר די ביטערע מלחמה. עס איז דיין נפרץ געווארן א פירצה אז מ'האט אין טלז אנגעהויבן צו עסן חמאת עכו"ם (פיטער פון חלב עכו"ם). ביז דאן איז מען זייער נזהר געווען דערין. האט דער גאב"ד דאן געזאגט: ווען אין טלז עסט מען חמאת עכו"ם, עסט מען אין פאריז חזיר פלייש! אויב אין טלז איז מען נזהר פון צו עסן חמאת עכו"ם, ווען מען אין פאריז נזהר זיין פון צו עסן בשר חזיר. און הגאון רבי דניאל מובשוביץ ז"ל איש קעלם, שרייבט במאמר בעתונות: בשעה שישב לו רבינו מלאך ה' הגר"א ז"ל בווילנא, סגור ומסוגר מעולם והמונו, וחתר אחר האמת של התורה"ק, בקע אור האמת, וגלי האמת הגיע לברלין, ויקם שם, חכם מהם 'עמנואל קאנט', ויעמוד על היסוד של 'ריינעם פערנופרט' והוא הערה נפלאה עמוקה, הראוי' לחכם שכמותו. וכזאת צריכה תמיד להיות גישתנו, בקרת עצמות למען עמוד על הגובה הדרוש כפי כוחתינו אנו, וממילא ישופר המצב בכל מקום. [באידיש: בשעת ווען דער הייליגער גר"א איז געזעסן אין ווילנא און עוסק געווען בתורת אמת, האט זיין כח משפיע געווען אז אין ברלין האט דער חכם אומות העולם עמנואל קאנט אנדעקט נייע חכמות]. ע"כ מהמכתב.

הנוגע למאמרינו, עס איז געווען א דייטשע חכם און פילאזאף עמנואל קאנט וואס איז אויפגעקומען מיט טיפזינגע השגות (כבר למדנו במדרש חכמה בגוים תאמין, תורה בגוים אל תאמין) [א] זיינע רייד זענען אנגענומען געווארן אין די וועלט, און עס איז באקאנט עד היום אלס איינע פון די גאר גרעסטע פילאזאפן במשך די היסטאריע. לאמיר נעמען איין מאמר פון קאנט, און זיך איבערצייגן אז אפילו מקודם האט אויסגעזעהן אז אויב וועט די וועלט אדאפטירן די מאמר ווען הערשן א שלום ושלוה בעולם מיט א זעלטענע האַרמאָניע. אבער לבסוף נהפף הקערה על פיה, אין מיטן מאמר זענען מיליאנען אחינו בני ישראל ערמאדערט געווארן.

די מאמר: עשה מה שתרצה שכל אחד יעשה, והמנע מלעשות מה שלא תרצה שכולם יעשו - אן אנדערע נוסח – עשה מעשיך רק על פי אותו הכלל המעשי אשר בקבלך אותו תוכל גם כן כי יהיה לחוק הכללי! טוה בלויז אזאנע מעשים וואס דו ווילסט אז יעדער זאל טון! און האלט דיר אפ פון טון אזאנע מעשים וואס דו ווילסט נישט אז יעדער זאל טון! - לכאורה איז עס א משפט מוצלח א געוואלדיגע מושג: א מענטש וואס וויל גנב'נען כדי איינצוקאסירן גרינגע רווחים, וועט לפי קאנט, מאכן א חשבון: עס איז טאקע געשמאק צו גנב'ן גרויסע סכומים און ווערן רייך איבערנאכט, אבער אויב יעדער וועט טון דאס זעלבע וועט דאך זיין א עקענאמישע חורבן, ווייל די געלט וואס איך האב גע'גנב'ט וועט אוועקגע'גנב'ט ווערן פון מיר, נו, וואס האב איך אויפגעטון מיטן עס גנב'נען? לויט קאנט איז לכאורה דא די לייזונג: וויבאלד איז וויל נישט אז מ'זאל גנב'ן פון מיר דעריבער וועל איך נישט גנב'נן פון יענעם (סמוך ללהבדיל מאמר הלל להגר מה דעלך סאני לחברך לא תעביד) – דאס זעלביגע איז מיט 'רציחה' אד"ג, א וואונדערליכע וועלט, ווער דארף מוראה של מלכות? ווער דארף פאליציי?

די מאמר האט אויסגעזעהן גאר פארשטענדליך, ביז דער ארכי-רוצח היטלער ימח שמו וזכרו איז געקומען און צעווארפן די קארטלעך. היטלער ימ"ש האט גע'טענה'ט: וואס איך טוה, טוה איך לפי די צו הקטגורי פון קאנט, און זיין טענה איז געווען א רעכטע טענה (לפי שיטת קאנט) דער רוצח האט געטענה'ט: איך טו ערמארדן אומשולדיגע מענטשן אן קיין חשבון, און עס שטערט מיר נישט אז יעדער זאל זיך אזוי אויפפירן. אדרבא, דאס איז די law of the jungle די חוק הטבע, דער שטערקערע לעבט איבער (די סורווייוועל אוו די פיטעס = דאס איבערלעבן פון די שטארקסטע), אין די דשזונגל די בעל חי וואס איז שטערקער פארצוקט דעם שוואכערן און לעבט איבער. ווען היטלער האט זיך איבערצייגט אז דייטשלאנד האט פארלוירן, האט ער באפוילן אז דייטשלאנד זאל צעשטויסן ווערן, אונז זענען געווען די שוואכע, קומט זיך אונז דאס טויט. ולבסוף האט ער זיך אליינס גענומען זיין לעבן! אייכמאן ימ"ש האט בשעת זיין משפט קלארגעשטעלט: אלעס וואס מיר האבן געטוהן האבן מיר געטוהן לפי די צו הקטוגרי פון קאנט!

מפליא ונורא, די מושג וואס האט לכאורה געדארפט מאכן די וועלט פאר א בעסערע וועלט, איז גאר געווארן די שווערד פון טויט און חורבן, היתכן? וואס האט עמנואל קאנט געטראכט? ער איז בלי ספק געווען א גאר טיפע דענקער און טראכטער, ווי אזוי האט ער געמאכט אזא טעות? בספר והשבות אל לבביך ברענגט ער א הסבר דערויף (ר' יצחק ב'): קאנט האט זיך שטארק מתבונן געווען אין די טבע, און וויבאלד די סודת הטבע ליגט באגראבן אין די טבע, איז ווען ער האט זיך מתבונן געווען האט ער אנדעקט פלאות. דערקעגן, די 'מוסר האנושי' איז נישט באהאלטן אינעם 'מענטש'. אדם נולד עיר פרא (איוב, יא, יב) – א מענטש דארף שווער ארבעטן איבערגעדרייט צו ווערן צו יצור מוסרי. דעריבער דאס האט קאנט נישט געקענט
געפונען מיטן שטודירן, ווייל ליגט נישט 'אינעם' מענטש.

להבדיל די מוסר אלוקי האלט צוריק פון אזאנס אויסצוקומען. לאמיר עס ערקלערן: די תורה באשטימט טאקע אז 'אחרי רבים להטות' און ווען א ציבור באשליסט עפעס גייט מען נאך רוב, און די הסכמת הרוב איז גענוג שטארק אז עס שטעלן די ריכטיגע טאן. דעריבער איז עס זייער גוט ווען רוב וועלט וויל טאקע נישט קיין רציחה און גניבה. – וואס וועט אבער זיין אויב רוב וועלט וועט יא וועלן רציחה און גניבה? לפי קאנט ווערט דאן מותר רציחה און גניבה, ווייל כ'וויל נאר וואס אנדערע ווילן אויך וכו'.... אבער לפי די הייליגע תורה די מוסר אלוקי "לא תהיה אחרי רבים לרעות" ביי שלעכט'ס גייט מען נישט נאך די 'רוב', דא קומט די אמונה בתורתינו הקדושה און פארזיכערט אז א 'רוב' קען נישט בארעכטיגן קיין דברים רעים. – נישט אונזער 'שכל' איז די בלויזע שפטן. יא מיר באנוצן זיך מיט אונזער שכל צו לערנען די תורת אלקי און פסקנ'ן אירע הלכות, אבער אונזער שכל איז צוגעבינדן צו פריער באשטימטע משפטי התורה.

שיקול על פי שכל האנושי


די מוסר אלקי מיינט נישט אז שיקול שכל האנושי איז בטל ומבוטל. די אידישע הלכה פארלאנגט די כלל פון אין לו לדיין אלא מה שעיניו רואות, עס פארלאנגט זיך מ'זאל זיך באנוצן מיט די שכל האנושי נאר די יסוד זאל זיין בחקיו ומשפטיו לישראל לפי די תורהדיג'ע דינים, משפטים און הלכות. בשו"ת חבצלת השרון (אבהע"ז סימן כח) שרייבט ער: שמעתי מפי הגאון רבי בעריש רפפורט האבד"ק ראווה שהיה מקובל מפי רבו הגאון 'נודע בשערים' האבד"ק לובלין, שבבוא לפניו איזו שאלה, מקודם היה שוקל בשכלו על אמיתת הענין לפי שכל האנושי האיך הוא. ואם נראה לו לפי שכל האנושי שהדבר אמת, אז הוא מעיין על פי חוקי תורתנו הקדושה מה משפטו.

אזוי אויך שרייבט דער רדב"ז (חלק ג' סימן תרכ"ז): דכתיב דרכיה דרכי נועם, די תורה'דיגע וועגן זענען פארשטנדליך און זיס, וצריך שמשפטי תורתנו יהיו מסכימים אל השכל ואל הסברה.

דער מהר"ץ חיות (מבוא התלמוד פרק ד) שרייבט, מיר געפונען בריש מס' זבחים ועוד ווי חז"ל לערנען אונז: איבעית אימא 'סברא' ואיבעית אימא 'קרא'. זעהן מיר אז סברא מיט קרא זענען שקול. דברים הנטבעים בשכל האנושי ובהיקש הדעת שוים בדרכי הלמד והמתלמד כאילו נלמדו מקרא (זעה הנהגה הלכתית בעולם משתנה עמ' 504).

בעצם די מושג אז מ'קען זיך באנוצן מיט די שכל האנושי צו פסקנ'ן הלכות, געפונען מיר אין די ספרי הראשונים וקדמונים צוויי ענליכע מהלכים. הראשון: אפילו די שכל האנושי איז נישט מכוונת בהכרח לאמת האלוקית האט עס א סמכות. השני: די תבונה האנושית איז א כלי לגילוי האמת האלוקית עצמה. די שיטה הראשונה געפונען מיר אינעם רמב"ן (דברים, יז, כא. וכן בהשגות) אפילו מ'טראכט אז די בית דין איז זיך טועה, און עס איז פשוט אין דיינע אויגן אזוי די חילוק צווישן רעכטס און לינקס, עכ"ז טוה וואס זיי הייסן. ווייל די תורה איז געגעבן געווארן אויף די תנאי, אז אפילו זיי וועלן זיך טועה זיין זאלסטו זיי פאלגן.

דער אלשיך הק' (משלי ב, ה) איז נוטה לשיטה השני (שיטת הר"ן בדרשות דרשה ז) און ער שרייבט: אין ספק שמאז עומדות היו נפשותינו במעמד הר סיני, הלא נתייחס לכל נפש ונפש חלק בבחינת התורה, לפי בחינת יחס שורש נפשו, שעל ידו יחדש הוא יתברך חדושים בתורתו המתייחסים אליו כי חלקו המה וכו' אמנם גם שהיא נתנה לו להשגת חלק נפשו בתורה עוד יש בחירותו נטויה לנטות אל עסק התורה ולהתבונן בה בינה כתבונתו או לעשות בכל מלאכה ותסכון לו, מתת תבונתו לחשוב מחשבות, לעשות בכל מלאכת מחשבת אשר יבחר לו.

אזוי אויך שרייבט דער רמח"ל (אדיר במרום, עמ' עא): ותדע שאפילו כל מה שתלמיד ותיק עתיד לחדש ניתן למשה מסיני וכו' והנה באותו הזמן ניתן בגילוי לישראל החלק שהיה ראוי להם, ובכל הדורות יש חלק שראוי להתגלות על ידי התלמידי חכמים וכו' ונמצא שסיני אינו נשלם אלא כשכל אחד בא לעולם וגילה את חלקו, ואם כן מי שבא לעולם ולא נשתדל בתורה לגלותת חלקו, אין התורה נשלמת.

היוצא מדבריהם אז די חידושים און פסקים פון תלמידי חכמים בכל דור ודור איז א המשך פון מתן תורה און יעדער האט עס מקבל געווען מסיני בשעת מתן תורה. נמצא אז די שכל האנושי פון א תלמיד חכם איז תורה כנתינתן מסיני.

ווי קלאר זענען די ווערטער פונעם בעל 'שיעורי דעת' (הגאון אליהו מאיר בלאך, טעלז): התורה הקדושה שהיא יסוד ושורש הבריאה תלאה הקב"ה בבחיר היצורים, וכשניתנה התורה לישראל, נמסרו חוקי ענייניהם לחכמי התורה שמחשבתם קובעת את מציאותה ומציאות הבריאה התלויה בה.

*

מענטשליכע געזעצן vs להבדיל, חוקי ומשפטי התורה (עמוק ויסודי)


לאמיר גיין א שטאפל טיפער און בעז"ה ערקלערן די סיבה פארוואס דברים מוסריים שיצאו מלב האנושות האט נישט קיין
קיום, משא"כ מוסרי אלקי האט א קיום. לאמיר ערקעלרן אונזערע ווערטער אביסעלע קלארער:

מיר וועלן נעמען די אמעריקאנער קאנסטיטוציע פאר א משל. עס איז בלי ספק אז די שרייבער פון די קאנסטיטאציע זענען געווען גרויסע חכמים, זיי האבן זיכער געמאכט אז די קאנסטיטוציע זאל נישט זיין מוגבל לזמן. אבער סוף כל סוף איז עס געשריבן געווארן דורך 'מענטשן' און מענטשן זענען מוגבלים, זיי האבן בשום פנים ואופן נישט געקענט פאראויסזעהן ווי אזוי די לאנד וועט אויסזעהן איבער צוויי הונדערט יאר שפעטער. פון איין זייט קען מען זיך נישט אוועקריקן פון די ערשטע אמענדמענט פון Free Speech, ווייל אז מ'רוקט זיך אוועק מיינט עס אז די גאנצע קאנסטיטוציע צעפאלט. אבער פון די צווייטע זייט האבן זיי זיך נישט פארגעשטעלט אז מיט איין קליק וועלן ווערטער אנקומען מסוף העולם ועד סופו און אנזייען א חורבן אשר לא ישוער. להבדיל אלף אלפי הבדלות די תורה הקדושה האט מנתינתה זיך נישט געטוישט און אירע מצות, חוקים ומשפטים זענען נישט מוגבל לזמן, די תורה פארבאט 'לשון הרע' – די תורה פארבאט מוציא שם רע. דערקעגן די תורה פארבאט אויך פון זיך באנוצן מיט די אויסרייד פון 'משפט' צו בעולה'ן א צווייטן.

וואס מיר זעהן דא איז צוויי שטארקע יסודות: ווען א 'מענטש' אדער 'מענטשן' מאכן לאנג-טערמיניגע געזעצן, וועט עס מיט די צייט אדער צופאלן אדער מאכן א צעמישעניש, פארוואס? ווייל די מושג פון פרייע שפראך לדוגמא האט זיך אויסגעפעהלט פאר די יסוד פון דעמאקראטיע אז די 'המון עם' זאל זיך קענען לאזן הערן זייער מיינונג אד"ג אהן קיין מורא פון קיין קאָנסעקווענצן, די מושג בשעתה איז באמת געווען א דבר חכמה אז דעמאקראטיע זאל זיך קענען פארמירן. אבער פארוואס האט מען געדארפט די מושג פון פרייע שפראך, ווייל אויב נישט וואלט די המון עם געווארן אונטערדריקט פון דיקטאטורישע פירער ווי מ'זעהט עס נאך היינט אין פארשידענע לענדער ווי מ'ווערט אריינגעשליידערט אין תפיסה פארן זיך עפענען דאס מויל אנקעגן די רעגירונג.

די סיבה פארוואס די דיקטארישע רעגירונג טוט פארבאטן פרייע שפראך איז ווייל זיי זענען די וואס מאכן די געזעצן, זיי געבן נישט אפ קיין דין וחשבון, רק אין יראת אלקים. און ווילאנג זיי האבן פארמאגט די מאכט און כח האבן געקענט שולט זיין אויפן המון עם.

אבער לא כן ווען די געזעצן זענען גאט'ליכע געזעצן, די יראת אלקים איז נישט געבויט אויף קיין אנושות עס איז גבוה מעל גבוה קיינער איז נישט העכער דערפון, עס קען נישט געטוישט ווערן. אט די מושג טוט ערמעגליכן אז די הייליגע תורה געזעצן זענען אייביג שייך און איז נישט מוגבל לזמן ולמקום. לאמיר עס ערקלערן:

מרן הרש"ר הירש זצ"ל שרייבט דברים יסודיים ועמוקים (על הפרשה, יתרו) הן תורת ישראל היא החוק היחיד שלא יצא מתוך העם. הן היהדות היא ה'דת' היחידה שלא יצאה מלבם של בני אדם, המוצאים בה את היסוד הרוחני לחייהם. ודוקא התכונה ה'אובייקטייבית' הזאת של תורת ישראל ושל 'דת' ישראל משווה לה את יחודה ומקימה מחיצה מובהקת ומיחודת במינה בינה ובין כל שאר החוקים והדתות בעולם. – באידיש: תורת ישראל איז די איינציגסטע געזעצן וואס איז נישט מחוקק געווארן דורך א פאלק. אידישקייט איז די איינציגסטע גלויבן וואס איז נישט געגרינדעט געווארן דורך א מענטש. די צויי פאקטן מאכט תורת ישראל און דת ישראל אייגנארטיג אקעגן אנדערע מענטשן-געמאכטע גלויבנס און געזעצן – און ער איז ממשיך:
תכונה זו עושה אותה לגורם היחיד בתרבות האנושית היכול להיחשב מנוף ומטרה עילאית לכל התקדמות אחרת. ואילו היא עצמה הינה דבר נתון ומוחלט, הגבוה מעל גבוה, מכל התקדמות אחרת. כל שאר ה'דתות' והחוקים שיצאו מלב האנושות לפי נסיבות הזמן, אינם מבטאים אלא אותן ההשקפות שעלו בזמן מן הזמנים, בקרב חוג אנשים מסוים על אודות ה' וייעוד האדם ועל אודות יחס האדם לה' ויחס האדם לאדם. לכן מוכרחים כל שאר הדתות והחוקים להתקדם עם הזמן ככל יתר גורמי התרבות שיצאו מקרב האנשים בזמן מן הזמנים, המדע, האומנות והמוסר. הן, לפי טבעם ומוצאם, אינם אלא הביטוי המתאים לאותו שלב בהתפתחות האדם, בו עומדות האנושות בכל תחום שהוא באותו זמן. ע"כ

זיינע ווערטער זענען גאר קלאר און צום שורש, ער שרייבט: די 'קולטור' פון די מענטשהייט איז א סך הכל פון מענטשליכע שטרעבונגען פון יענע תקופה. די אמעריקאנער קולטור פון 150 יאר צוריק איז לא קרב זה אל זה מיטן היינטיגען קולטור. די שאיפות פון 150 יאר צוריק איז ווייס קעגן שווארץ פון די היינטיגע שאיפות. די קולטור טוט זיך טוישן מדור לדור געוואנדן לויט די גליסטענישן און שטרעבונגען פון יענעם דור. דעריבער דארפן זיך די געזעצן כסדר טוישן עס זאל זיין מתאים צו די זמן און די תקופה. יעצטיגע דורות לאכן פון די געזעצן פון די פריערדיגע דורות. די שאיפות און חזיונות פון אמאל זענען מיטגעגאנגן לקבר מיטן שואף און מיטן חזון.

אבער נישט אזוי איז 'תורת ישראל', תורת ישראל איז אנדערש פון אלע קולטורן. עס איז נישט מתאים צו קיין שום דור, עס איז נישט ערפינדן געווארן אין קיין שום תקופה. די מענטשהייט האט אייביג געהאלטן אז אירע מצות זענען מיושנת. שוין מיום נתינתה. די וואס טענה'ן אין אונזערע צייטן אז 'אמאל' איז געווען א געברויך צו מקיים זיין די מצות, אבער מיט די צייט ווען די וועלט ווערט פארגעשריטן מער און מער האבן די אלט-מאדישע מצות נישט קיין ארט (עפ"ל), זיי ווייסן נישט וואס זיי רעדן. זיי זענען נישט מבחין אז די תורה איז קיינמאל נישט געווען צוגעפאסט צו קיין שום תקופה און צו קיין שום דור. למשל, תפילין לייגן האט נישט געהאט מער הגיון צוויי טויזענט יאר צוריק מער ווי היינט. דאס אז מיר פליען היינט מיט גרויסע מאסיווע פליגערס קעגן דעם וואס מ'האט אמאל געריטן אויף אייזלן, מאכט נישט די מצוה פון תפילין מער פארשטענדליך אדער ווייניגער פארשטענדליך. די ציצית פארן דור המדבר איז נישט געווען מער צוגעפאסט ווי עס איז פאר אונז אינעם צוואנציגסטן יאר הונדערט, און אודאי נישט די חוקים פון שעטנז אד"ג. די כנענים האבן שוין געלאכט דאן פון אונז אזוי ווי די אמעריקאנער און אייראפישער לאכן היינט פון אונז. (סיני, מאז ולתמיד – מקור).

אט דאס איז די סיבה פארוואס די משפטי התורה איז קיינמאל נישט פארעלטערט געווארן: עס איז קיינמאל נישט געגעבן געווארן אז עס זאל זיך צופאסן צו די זמן און מקום. מיר האבן זיך אייביג געדארפט צושטעלן צו די חוקי התורה! איר פארשטייט די עמקות? די תורה געזעצן פארלאנגן אז מיר זאלן זיך צושטעלן צו איר און נישט זי צו אונז! – לאמיר אייך געבן א גרינגע משל! די לאו פון 'לא תבערו אש בכל מושבותיכם ביום השבת' האט זיך קיינמאל נישט געטוישט, מיר תורה טרייע אידן האבן ממתן תורה עד היום הזה נישט אנגעצינדן קיין פייער אין שבת קודש. אפילו די זמן האט זיך געטוישט און מ'דארף צוקומען צו עלעקטראנישע אפלייענסעס איז עס נישט קיין פראבלעם פון די תורה, עס איז אונזער דאגה, מיר שטעלן זיך צו צו די תורה, און נישט די תורה צו אונז. נו אז מיר שטייען שטארק און בייגן זיך נישט לפי הזמן מאכט הקב"ה אז וועלט בארימטע אפלייענס פירמעס ווי GE אדער LG טוען מאכן אפלייענסעס צוגעשטעלט פאר די ארטאדאקסישע געברויך!

בכל דור ודור טוען דיינים און מורי הוראות צושטעלן די זמן לפי די תורה און נישט די תורה לפי הזמן. נו איז דען א חידוש אז תורת ישראל און כלל ישראל אפילו מיטן דורכגיין די ערגסטע רדיפות, איז די תורה מיט ישראל חי וקיים? איז דען דא א גרעסערע הוכחה את ה' אחד ושמו אחד?

די מושג דארף אויפפלאמען יעדן איש הישראלי, עס דארף מאכן אונזער הארץ פלאטערן אז 'אתה בחרתנו מכל העמים' אז מיר זענען די גליקליכסטע פאלק וועם הקב"ה האט בוחר געווען. עס איז אונז די גרעסטע כבוד אז מיר גייען אים יעצט בראש השנה ממליך זיין און שרייען 'המלך' און 'המלך הקדוש'!

*

עפילאג


לעצטענ'ס הערט מען מער די גערעדעריי אפילו ביים היימישן עולם אז דאס און דאס איז אלט-מאדיש, היינטיגע צייטן דארף מען ווען טוישן אד"ג. די מושגים קענען נאר געזאגט ווערן דורך טיפשים, קענען זיי אפשר ערקלערן וואס עס איז אלט-מאדיש? וועלכע מצוה, הלכה, אדער מנהג פון שולחן ערוך האט פאר 50 יאר צוריק זיך געלייגט מער אויפן שכל דאן און היינט נישט? לדוגמא אז שלמה המלך זאגט אז חושך שבטו שונא בנו און עס פעהלט זיך אמאל אויס א פעטשל וכדו' (מחמת כעס איז קיינמאל נישט מותר געווען) – און היינט קומען טערעפיסטן ומיניהם און זאגן אז היינט דארף מען זיך באגיין מיט די מיטל טראכטן פאזיטיוו אד"ג! מיר האבן צויי פראגעס דערויף, איינס חושך שבטו מאכט היינט ווייניגער סענ"ס פון אמאל? די מיטל פון זיין א חושך שבטו מאכט די יונגווארג מער מחונך היינט? – דוגמאות איז דא אן א שיעור, אבער די מציאות אז די תורה האט זיך נישט געטוישט מדור לדור, דערקעגן קאמינזום, סאציליזום אד"ג זענען כמעט א פארגאנענהייט, דאס איז די מציאות אז די 'דרך' התורה איז חי וקיים.

פארקערט איז אויך דא, בעלי בתים ערקלערן זיך אלס תקנה און תורה'דיגע געזעצגעבער, זיי טוען דורך זייער כח צומאל אליינ'ס באשליסן רוחניות'דיגע ענינים אהן קיין תורה'דיגע שכל און די קאָנסעקווענצן זענען ניכר. זייערע תקנות פארמאגן נישט די תורהדיג'ע כח פון לא ימושו, עס איז א כח וואס איז געבויט אויף זייער שאיפה לפי הזמן והמקום. אז תקנות זאל זיך האלטן דארף עס קומען פון די תורה פירער פון יעדע קהילה און חסידות!.

לקראת השנה החדשה


רבונו של עולם, מיר טוען דיר דאנקן פאר יאר תשע"ח, עס איז אין אלגעמיין געווען א יאר פון תורה, געזונט, פרנסה און נחת. עד הנה עזרונו רחמיך און מיר בעטן דיר אז ואל תטשנו ה' אלקינו ה' לנצח.

אבער ווער נאך ווי דיר גא-ט ברוך הוא ווייסט וויפיל צובראכענע הערצער עס געפונען זיך, טאטע די ביסט דאך א בוחן כליות ולב, די ווייסט איבער אלע צרות יגון ואנחות וואס עס איז פארגעקומען. מיר בעטן דיר אז יאר ה'תשע"ט זאל זיין א זיסע און לעכטיגע יאר פאר גאנץ כלל ישראל, יעדער איינער בכל מקום שהם זאל נאר וויסן פון גוט'ס און נאר הערן און מבשר זיין בשורות טובות. און מיר זאלן הערן די בשורה טובה אז די שכינה צוזאמען מיט כלל ישראל וועלן באפרייט ווערן פון די ביטערע גלות.

טאטע, מיר אנערקענען אז אלסדונג וואס די טוטס איז גוטס, אבער מיר בעטן אז עס זאל אויך אויסזעהן און שפירן גוט אין אונזערע אויגן. שנה טובה ומתוקה לנו ולכל ישראל אמן.

דאַונלאָוד אלס א פי.די.עף.


א ^ בדרך אגב: משה מנדלסון שר"י הידוע לשמצה פון די מייסדי ההשכלה האט זיך מתווכח געווען מיט עמנואל קאנט, און מנדלסון שר"י האט באזיגט קאנט, אבער לבסוף האט ער זיך געוואלט געפעלן פאר די נישט אידן ושמו נתפרסם בעולם היהודי אלס א עוכר ישראל וואס זיינע קינדער האבן זיך געשמד'ט. – די הייליגע תורה איז נישט מוגבל בזמן ומקום, און אפילו די מאדערנע וועלט קוקט אן מצות וחוקי התורה אלס אלטמאדיש און פּרימעטיוו, טוט עס נישט טוישן די מציאות אז מצות וחוקי התורה זענען שייך בכל עת ובכל זמן.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל