לייגט אוועק אייער בערזעל, נעמט ארויס אייער סעלפאָון, און קויפט איין לכבוד יום טוב.

די אי-קאַמערס ריז עמעזאָן האט געמאלדן פרייטאג, אז זיי גייען עפענען א דריטע אפטיילונג פון זייער עמעזאָן גאָו געשעפטן אין ניו יאָרק.

עמעזאָן גאָו איז א א גראָסערי-געשעפט ווי מען דארף נישט שטיין אין די ליניע צו באצאלן, נאר א סופער קאמפיוטער האלט חשבון פון אייער באלאנס דורך קאַמערעס. ווען איר קומט אריין אינעם געשעפט, שטעלט די קאסטומער די פאון מיט די עמעזאָן גאָו עפפ נעבן א סקענער, און ווען ער נעמט ארויס א עסן פון דער שאפע, כאפט די קאַמערע אָפּ וואס ער האט גענומען און לייגט עס אריין אין זיין  "שאַפּינג קאַרט", און ווען ער פארלאזט פונעם געשעפט, ווערט געלאדענט די געלט פון זעען עמעזאָן אַקאַונט.

עמעזאָן האט נאכנישט געמאלדן ווען די געשעפט גייט זיין גרייט פאר קונדן, אבער זיי טוען שוין אויפנעמען ארבעטערס.

בילד

באריכט פון לוי מאיער צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם | וואטסעפפ)

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל