מאָנראָו. — טאַון–אָוו–מאָנראָו סופּערווייזער טאָני קאַרדאָון איז אָפּטימיסטיש, אַז די דיסקוסיעס מיט די קאַנדידאַטן וועלכע לויפן פאַר די פּאָזיציעס אין די נייע טאַון–אָוו פּאַלם–טרי קענען זיך אָנהויבן נאָך 'לעיבאָר–דעי'.

עס איז דאָ אַן אָנגייענדע זאָרג אין טאַון–אָוו–מאָנראָו וואס וועט זיין די פינאַנציעלע אַפעקט צו אירע שטייער–צאָלער, יעצט ווען פּאַלם–טרי'ס שאַפונג איז פעארשנעלערט געוואָרן מיט אַ יאָר צו יאנואר 1, 2019 .

קאַרדאָון האָט געזאָגט, אַז מאָנראָו, אַזוי ווי פילע מוניציפּאַליטעטן, האָט שוין אנגעהויבן פריע אַרבעט אויף איר 19 ' בודזשעט, כאָטש דער פּראָצעדור וועט "טאַקע ערשט רעאַליזירט ווערן אין סעפּטעמבער און אָקטאָבער", מיט אַ פּלאַן צו האָבן אַ פאָרגעשלאָגענעם בודזשעט פינאַליזירט ביז'ן אָנהייב פון נאָוועמבער.

טאַון–אָוו–מאָנראָו באַאַמטע האָבן אָנגהויב געשאַצט אַז עס קען זיין אַ 1.5 מיליאָן ווירקונג צו די שטייער–צאָלער, צוליב צו די פאַרלוסט פון שטייער אייננאַמעס וואָס וועט פון יאַנואַר גיין צו פּאַלם–טרי.

בשעת די קרית יואל ווילעדזש האָט געמאָלדן די איינציגסטע ליסטע פון קאַנדידאַטן וואס וועלן לויפן פאַר די פרישע טאַון פּאָזיציעס, האָט שוין קאַרדאָון אָנגעוויזן אַז פּאָטענציעלע קאַנדידאַטן קענען פאַקטיש נאָך אַריינגעבן זייערע פּעטיציעס ביז ענדע אויגוסט צו פיגורירן אויף די נאָוועמבער שטים–צעטל. "עס קוקט אויס ווי די ליסטע וועט נישט האָבן קיין קעגנערס, אַבער מיר וועלן נישט האָבן אַ באַשטעטיגונג דערוועגן ביז ענדע אויגוסט. די דעד–ליין איז אַ פּראָצעדוראַלע זאַך און איך וויל נישט שפּרינגען פאָראויס", האָט קאַרדאָון געזאגט.

קאַרדאָון זאָגט, אַז דער קרית יואל ווילידזש קלוירק האָט זיך געוואָנדן צו אים דורך בליץ–פּאָסט, זאָגנדיג אַז ער וועט זיין אינטערעסירט אָנצוהייבן אַ דיאַלאָג מיט די באַטרעפנדע קאַנדידאַטן. ער ווייזט אָן, אַז עס איז אַ בענעפיט אָנצוהייבן די פינאַנציעלע פאַרהאַנדלונגען ווי פריער מעגליך.

די פאָלגענדע קאַנדידאַטן לויפן פאַר די נייע טאַון פּאָזיציעס:

סופּערווייזער: דער יעצטיגער מעיאָר ר' אברהם ווידער הי"ו, וועלכער פיגורירט אויף די דעמאָקראַטישע, רעפּובליקאַנער און אינדעפּענדענטס פּאַרטיי–ליניעס.

4 טאַון באָורד: ר' יהושע בלומענטאַהל הי"ו, ר' יצחק גלאַנצער הי"ו, ר' מענדל גרשון ניימאַן הי"ו, און ר' משה אהרן שטיינבערג הי"ו, פיגורירט אויף די דעמאָקראַטישע און רעפּובליקאַנער פּאַרטיי–ליניעס.

טאַון קלוירק: ר' גדלי' סעגעדין הי"ו, פיגורירט אויף די דעמאָקראַטישע, רעפּובליקאַנער און אינדעפּענדענטס פּאַרטיי–ליניעס.

טעקס קאָלעקטער: ר' יואל מערץ הי"ו, פיגורירט אויף די דעמאָקראַטישע און רעפּובליקאַנער פּאַרטיי–ליניעס.

הייוועי סופּעראינטענדענט: ר' זלמן לייב שטערן הי"ו, פיגורירט אויף די דעמאָקראַטישע, רעפּובליקאַנער און אינדעפּענדענטס פּאַרטיי–ליניעס.

קאַרדאָון האָט שוין גערעדט איבער אַ מעגליכקייט, אַז פּאַלם–טרי באַאַמטע וועלן זיין אינטערעסירט אין געוויסע
געמיינזאַמע אָפּמאַכן צו נוצן פאַרשידענע טאַון סערוויסעס וואָס וועט אַריינברענגען אייננאַמעס פאַר מאָנראָו.

קאַרדאָון האַלט, אַז מאָנראָו'ס 19 ' בודזשעט וועט זיין די רעאַליסטישסטע און עפעקטיווסטע וואָס דער טאַון האָט געזען אין יאָרן. "עס איז זיכער עפּעס וואָס ווערט נישט געטאן אין אַ וויילע", האָט ער געזאָגט, אָנווייזענדיג אַז די טאַון–באָורד האָט עלימינירט די טאַון–קאָנטראָלער פּאאָזיציע פריער דעם חודש.

דער סופּערווייזער האָט באַטאָנט, אז דאס שטעלט די קאָנטראָל פון די בודזשעט אין די סופּערווייזער'ס און די טאַון–באָורד'ס הענט, צוגעבנדיג אַז די יעצטיגע פיינענשל דעפּאַרטמענט האָט צוויי מענטשן וואָס וועלן דאָס מאַכן פיל מער עפעקטיוו און פּראָדוקטיוו.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל