א שטאט אין ווירדזשיניע האט פארארדנט מאסיווע עוואַקואַציעס, נאכדעם וואס א גאָס-רעגן האט געברענגט שרעק אז די דערנעבנדיגע דאָמבע קען איבערפליסן, און דאס קען איינטינקן טייל פון די שטאט צו אונטער 17 אינטשעס פון וואסער ביז זיבן מינוט.

די אויטאריטעטן האבן עוואַקואירט טיילן פון לינטשבורג ווירדזשיניע, אין צוגרייטונג צו א מעגליכע טאטאלע צוזאמפאל פון די "קאַלעדזש לעיק דאָמבע". זיי זוכן פאר סטרוקטוראלע שוואכקייטן, ווילאנג די וואסער גיסט זיך איבער די דאָמבע, באַדראָענדיג בערך 124 הייזער אין א שטאט פון 80,000 מענטשן.

די נאציאנאלע וועטער סערוויס האט פאראויסגעזאגט ביז זעקס אינטשעס רעגן אין די קומענדיגע שעות, איבערפילענדיג די קאַלעדזש לעיק איבער איר קאַפּאַציטעט.

בילד



אויסשליסליכע באריכט פון נתן אייזיקסאן צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם | וואטסעפפ)

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל