אַ נייע וואַשינגטאָן פּאָוסט-עי.בי.סי. אַנקעטע צייגט, אַז פּרעזידענט טראמפּ'ס אומצופרידנהייט ראַטע האָט דערגרייכט זעכציג פּראָצענט, און אַ קלאָרע מאַיאָריטעט שטיצט ספּעציעלער פראָקוראָר ראַבערט מוללער'ס אויספאָרשונג, און זאָגן אַז דער פּרעזידענט זאָל נישט אָפּזאגן אַטוירני דזשענעראַל דזשעף סעשאָנס.

די פּאָול ווייזט אַז אַ ברייטע מערהייט אַמעריקאַנער זענען גערעגט אויף פּרעזידענט טראָמפ, און זענען פאַרדעכטיגט איבער זיין אויפירונגען און פּריוון צו שטערן די רוסישע אויספאָרשונג.

כמעט העלפט פונעם לאַנד, 49 פּראָצענט, זאָגט אַז קאָנגרעס זאָל אָנהייבן אַרבעטן צו אימפּיטש'ן טראָמפּ, און נאָר 46 פּראָצענט וויל דאָס נישט.

אַ שמאָלע מערהייט, 53 פּראָצענט, גלייבט אַז טראָמפּ פּרובירט צו שטערן און באַאיינפלוסן די מוללער אויספאָרשונג אין אַ וועג וואָס קען גערופן ווערן "אַבסטרוקשאָן אָוו דזשוסטיס". פינף און דרייסיג פּראָצענט זאָגן, אַז זיי גלייבן נישט אַז דער פּרעזידענט האָט זיך אַריינגעמישט.

אַלעס צוזאַמען, זענען זעכציג פּראָצענט אַמעריקאַנער נישט צופרידן מיט טראָמפּ'ס דזשאַב קוואַליטעט, מיט נאָר 36 פּראָצענט צופרידן. אין אַפריל, האָט טראָמפּ געהאַט אַ 40 פּראָצענטיגע צופרידנהייט ראַטע, אַ קליינע נידרונג.

בילד

בילד


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל