די "טאָראָנטאָ סטאַר" האט דערווישט פריוואטע קאמענטארן וואס פרעזידענט טראמפ האט געהאט מיט א רעפארטער פון בלומבערג ניוז, וואס קען חרוב מאכן די גאנצע האראוואניע וואס די פארהאנדלונג האט דערווייל געברענגט.

טראמפ פרובירט צו איבערהאנדלען די טערמינען פון די נאפטא אפמאך, אריינגערעכנט דאס טוישן די נאמען (צו "די טראמפ דיעל"?) פון די דריי-לענדער האנדלס פּאַקט. נאכ'ן באווייזן צו אונטערשרייבן א פארשטענדעניש מיט מעקסיקא, איז די דרוק ארויפגעשרויפט געווארן אויף קאנאדא צו צוריקקומען צו די פארהאנדלונג.

אינמיטן א אינטערוויו מיט בלומבערג ניוז, האט דער פרעזידענט געזאגט פאר די ראפערטער "אוו די רעקארד" (אומאפיציעל, נישט צו באריכטן), אז אמעריקע גיי גארנישט נאכגעבן פאר די קאנאדער אין די נאפטא פארהאנדלונגען, אבער קען דאס נישט זאגן ברבים, ווייל אויב יא וועט מען נישט קומען צו קיין אפמאך.

"דאס איז די פראבלעם. אויב איך זאג ניין, איז די ענטפער ניין (אין אנדערע ווערטער: קיינער טוישט נישט מיין מיינונג). אויב אבער איך זאג דיר ניין, וועסטו עס אריינלייגן (אין די צייטונג), און דאס וועט זיי וויי-טוהן, און זיי וועלן נישט קענען מאכען קיין דיעל... איך קען זיי נישט הרג'נען" האט טראמפ געזאגט איבער דזשאסטין טרודא'ס רעגירונג.

אין אנדערע קאמענטארן וואס איז אויף נישט ארויסגעגעבן געווארן, האט טראמפ געזאגט אז די נייע אפמאך וועט זיין "טאטאל פאר אונזערע אינטערעסע", און עס הייסט אז ער האט פארציילט אז ער האט געסטראשעט די קאנאדער מיט נייע טאריפס אויף קארס.

טוויט


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל