לאָנדאָן - אינדערצייט וואס מער מענטשן הערן אויף צו טרינקען צוקער'דיגע געטראַנקן צוליב געזונטהייט, האָט קאָקאָ קאָלאַ געטראָפן אַ וועג וויאזוי צוריקצוכאַפן זייערע קונדן: פאַרקויפן קאַווע.

קאָקאָ קאָלאַ האָט היינט באַריכטעט אַז זיי קויפן אָפ די ריזן בריטישע קאַווע פירמע קאַסטאָ, וואָס איז איינע פון די גרעסטע קאַווע פירמעס אויף דער וועלט, פאר 5.1 ביליאָן דאָלער.

די קאָקאָ קאָלאַ סעילס פאלן שוין די לעצטע פינף יאָר, צוליב וואָס מענטשן לייגן מער געוויכט אויף זייער געזונט ביין באשליסן זייער דייעט, און דאָס האָט געצווינגען קאָקאָ קאָלאַ זיך אַריינצולייגן אין אַנדערע געשעפטן.

די נייעס קומט עטליכע וואָכן נאָכדעם וואָס די פּעפּסי פירמע האָט געמאָלדן אַז זיי קויפן אָפ די ביי-סאָדע פירמע, וואס פראָדוצירט סעלצער מיט אַ פלעיוואָר, און יעצט האט קאָקאָ קאָלאַ באשלאָסן אַריינצוגיין אין די קאַווע אינדוסטריע.

בילד

באריכט פון לוי מאיער צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם | וואטסעפפ)

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל