וואַשינגטאָן — סטעיט און פעדעראַלע באַאַמטע וואָרענען, אַז מען האָט אויפגעכאַפּט דעם עקזיסטענץ און אָנוועזנהייט פון אַ נייע סאָרט טיק באַשעפעניש, וואָס איז גאָר געפאַרפול און קען זיין טויטליך. דער טיק הייסט אָפיציעל "האַימאָפיסאַליס לאַנגיקאָרניסאָ", און ווערט גערופן דער "לאַנג–האָרנד" טיק, און בעיקר ווערט דאָס אין די יעצטיגע וואָכן מער און מער אויפגעכאַפּט לענגאויס דעם "איסט קאָוסט" ראַיאָן, וואָס נעמט אַריין ניו יאָרק און ניו–דזשוירזי.

דער נייער סאָרט טיק קען טראָגן מיט זיך גאָר ערנסטע קרענק, און אין אַנדערע לענדער וואָס דער סאָרט טיק איז שוין פאַרשפּרייט לאַנגע יאָרן, האָט דאָס שוין געברענגט טויט–פעלער, ר"ל. דערווייל איז נאָכנישט דאָ קיין שום באַריכטעטע פעלער פון אַ מענטש אין אַמעריקע וואָס האָט באַקומען אַ ביס פון אַזאַ סאָרט טיק, און דער וועג וויאַזוי מ'האָט אויפגעכאַפּט אַז ס'איז אָנגעקומען קיין אַמעריקע, איז דורכ'ן עס טרעפן אויף אַ שעפעלע אין ניו–דזשערסי.

מען האָט דאָס געטראָפן אויף די שעפעלע פאַראַיאָר זומער, און עס איז דערווייל נישט קלאָר וויאַזוי ס'איז אָנגעקומען פון אויסלאַנד קיין אַמעריקע. זינט דאַן האָט מען עס שוין געטראָפן אויף באַשעפענישן אין אַמווייניגסטנס זיבן אַנדערע סטעיטס, אַרקענסאָ, ניו יאָרק, ניו–דזשערסי, וועסט ווירדזשיניע, ווירדזשיניע און פּענסילוועניע. אויסער דעם ווערן אין די יעצטיגע טעג דורכגעפירט טעסטס אין ניו העמפּשיר, נאָכ'ן אויפכאַפּן אַז ס'איז מעגליך דאָרט שוין אויך.

דער "לאַנג–האָרנד" טיק קומט אָריגינעל פון אַזיע, און דאָרטן האָט עס אין לויף פון די יאָרן שוין געברענגט פילע פעלער פון אַ שרעקליכן סאָרט פיבער גערופן "טראָמבאָקיטאַפעניע", וואָס לויט סטאַטיסטיקס פון די יו–ען'ס "וועלט געזונטהייט אָרגאַניזאַציע" וועלן פופצן פּראָצענט פון אַלע אָנגעשטעקטע מיט דעם פיבער שטאַרבן. די רעגירונגען פון ניו זילאַנד און אויסטראַליע, וואו דער טיק איז שטאַרק אָנוועזנד, זאָגן אַז ביי זיי ברענגען נישט די סאָרט טיקס דעם דערמאַנטן פיבער, נאָר אַנדערע קרענק "באַבעסיאָסיס" און "טיעלעראָסיס", וואָס שאַדט נאָר פאַר באַשעפענישן, נישט מענטשן.

דער אַמעריקאַנער "צענטער פאַר דיעזיס קאָנטראָל און פּרעווענשאָן" זאָגט, אַז זיי האָבן אַ לאַבאָראַטאָריע אין קאָלאָראַדאָ, וואו זיי האָבן צען לעבעדיגע "לאַנג–האָרנד" טיק באַשעפענישן, און זיי האָפן צו האַלטן די טיקס לעבעדיג אויף גענוג אַ לאַנגע צייט צו קענען דורכפירן טעסט אויף די טיקס צו זעהן וועלכע סאָרט קרענק די טיקס קענען פאַרשפּרייטן. די פּראָצעדור וועט דויערן אַביסל מער ווי אַ יאָר, און עס איז וויכטיג, ווייל אַזוי וועט מען וויסן אויף וואָס צו וואָרענען דעם פּאָבליק און אויף וועלכע מעגליכקייטן צו זיין גרייט.


בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל