דער רוסישער פארטיידיגונגס דעפארטמענט האט צום ערשטן מאל פארעפנטליכט א דעטאלירטע באריכט איבער אירע מיסיעס אין סיריע, און - ווי עס שטעלט זיך אויס - איז רוסלאנד געווען נאך מער פארמישט אין סיריע ווי מען האט פריער געוואוסט. דער ווידיא, ארויסגעגעבן דורך דעם רוסישן מיליטער, זאגט אז זינט סעפטעמבער 2015, האבן איבער 63,000 רוסישע מיליטערלייט געקעמפט אין סיריע, און דורכגעפירט 39,000 לופט מיסיעס, צושטערנדיג 121,466 טעראר נעסטן, און אומגעברענגט 86,000 מיליטאנטן, און אזוי אויך אויספרובירט 231 נייע סארטן וואפנס.

אינטערנאציאנאלע מענטשן רעכט ארגאניזאציעס זאגן, אז טראץ וואס רוסלאנד זאגט אז זי צילט טעראריסטן, זענען אין די מערהייט פון די רוסישע אטאקעס אומגעקומען ציווילע און אפאזיציע מיטגלידער. א געוויסע שאצונג זאגט, אז איבער 17,000 ציווילע זענען אומגעקומען אין די רוסישע באמבאדירונגען.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל