מעקסיקא - די אמעריקאנער סטעיט דעפארטמענט האט ארויסגעגעבן א לעוועל-2 טראוועל ווארענונג קעגן פארן קיין מעקסיקא, נאכדעם וואס באאמטע האבן געפונען אכט טויטע קערפער אין די רעזארט ביעטש קאנקון, ווי אסאך היימישע אידן פארן כסדר אויף וואקאציע.

די קערפער פון א מאן און א פרוי זענען געפונען געווארן אין די טראָנק פון א פארלאזטע טעקסי קאר, פּאַרקירט אין די לאַט פון א שאַפינג מאָל, און זייער אידענטיטעט איז נישט באקאנט. אויף א אנדערע לאקאציע, האב אויטאָריטעטן געטראפן די צעשניטענע קערפער רח"ל פון צוויי מענער, צוטיילט א פלאסטישע זעקלעך. א אנדערע מאן איז אנדעקט געווארן צוגעבינדן און דערשאסן. נאך א מאן איז דערמארדעט געווארן, ליגענדיג אין א העמאַק (hammock, ערסל, א הענגעדיגע סחורה בעטל). אן אנדערע מאן איז אויך געפונען געווארן, פאטאל דערשאסן. די אכטער איז געפונען געווארן, מיט א אראפגעהאקטע קאפ רח"ל.

קיין איינע פון די מארדן האבן נישט פאסירט אין די זאנע ווי די האטעלן געפונען זיך.

בילד

אויסשליסליכע באריכט פון שמחה דאסקאל צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם | וואטסעפפ)

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל