וואשינגטאן – א שטודיע אדורכגעפירט דורך א קאנסערוואטיווע געשטיצטע צענטער שאצט פאר אז די פלאן פון ליבעראלן צו שאפן א העלט אינשורענס פראגראם וואס זאל דעקן אלע אמעריקאנער, וועט אפקאסטן די אסטראנאמישע ציפער פון 32.6 טריליאן דאלאר דורכאויס א צען יאר פעריאד. די פלאן וואס ווערט גערופן "מעדיקעיר פאר אלעמען", וועט דעריבער פארלאנגען היסטארישע שטייער העכערונגען און א מאסיווע טראנספארמאציע פון די גאנצע געזונטהייט סיסטעם לענגאויס די פאראייניגטע שטאטן, ווען די רעגירונג וועט איבערנעמען דאס וואס ווערט אצינד געפירט דורך פריוואטע אינשורענס און געזונטהייט פירמעס.

די פלאן וועט געבויעט אויף די באזיס פון די פאפולערע מעדיקעיר פראגראם, וואס איז געשאפן געווארן אין די זעכציגער יארן דורך פרעזידענט דזשאנסאן, און טוט דעקן די געזונטהייט קאסטן פון אלע עלטערע אמעריקאנער. לויט דעם פלאן וועט די אינשורענס אינדוסטריע ווערן באגרעניצט צו גאר א מינדערוויכטיגע ראלע.

דער ווערמאנט סענאטאר, בערני סאנדערס, וואס טוט שטארק שטיצן דעם מעדיקעיר-פאר-אלל געדאנק, האט אוועקגעמאכט דעם באריכט אנווייזנדיג אז די צענטער וואס האט דאס ארויסגעגעבן ווערט געשטיצט דורך די באוואוסטע קאנסערוואטיווע קאטש ברודער. ער זאגט אז אויב קענען אלע גרויסע לענדער איבער די וועלט גאראנטירען געזונטהייט דעקונג פאר זייערע בירגער קען דאס אמעריקא אויך באווייזן. ער האט אבער נישט אנגעגעבן קיין אייגענע שאצונגען וויפיל אזא פראגראם וועט קאסטן פאר די אמעריקאנער רעגירונג.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל