פרעזידענט טראמפ האט נעכטן אפגעצייכענט א פולע יאר זינט דער יעצטיגער שטאב הויפט 'דזשאן קעלי' האט אריינגעטרעטן אין אמט, פונקט א יאר צוריק יולי דעם 30'סטן, פרעזידענט טראמפ האט אפגעצייכענט דעם געלעגנהייט מיט גרויס פאמפע, זאגענדיג אז עס איז אים געווען א גרויסע ערע צו ארבעטן צוזאמען מיט 'דזשאן' פאר דעם גאנצן פארלאפענעם יאר, און אז ער קוקט ארויס אויף ווייטערדיגע צוזאמארבעט מיט אים פאר נאך אסאך יארן. דאס אויבנדערמאנטע האט דער פרעזידענט געזאגט ביים פרעסע קאנפערענץ וואס ער האט אפגעהאלטן מיטן פרעמיער פון איטאליע, דער פרעזידענט האט דאס געענטפערט אויף די פראגע פון איינע פון די רעפארטער'ס וואס האט געוואלט וויסן וואס דער פרעזידענט זאגט צו דער ספעציעלע געשעעניש. אבער חוץ פון דעם האט דער פרעזידענט ארויסגעשיקט א ספעציעלע באגריסונג טוויט, וואס האט באגריסט דער פאקט אז עס איז זיך שוין פארלאפן א פולע יאר זינט דזשאן קעלי דינט אויף די פאזיציע פון שטאב הויפט. שפעטער נאכמיטאג ביי דעם ספעציעלע איינשווערונגס צערעמאניע פונעם נייע "וועטעראנ'ס אפערס סעקרעטאר", האט דער פרעזידענט נאכאמאל פייערליך באטאנט, אז עס איז יעצט פונקט א יאר פון ווען "אונזער דזשאן האט געדזשוינט אונזער טיעם"... דאס האט נאכגעפאלגט מיט אפיציעלע פובליצירטע בילדער פונעם ווייסע הויז, ווי דער פרעזידענט מיט קעלי שטייען און וואונטשן זיך לחיים מיט ריזיגע שמייכלעך פון אויער צו אויער...

דער סיבה פארוואס דאס איז אזא גרויסע עסק, איז איבעראל וואויל באקאנט, היות אין די אלגעמיינע מידיא קורסירט ארום קלאנגן שוין פאר די לעצטע האלבע יאר, אז דער שטאב הויפט דזשאן קעלי גייט 'אט אט' פארלאזן זיין פאזיציע.., עס איז נישט געווען קיין איין שטורעמישע תקופה אין די לעצטע האלבע יאר וואס די מידיא זאל נישט האבן "העכסט געהיימע" אינערליכע אינפארמאציע..., אז שטאב הויפט דזשאן קעלי גרייט זיך צו פארלאזן זיין פאזיציע אינעם ווייסע הויז, פשוט ווייל ער קען שוין נישט מער..., דער דאזיגער וויץ האט זיך איבערגע'חזר'ט איין מאל און נאכאמאל אהן קיין שום בושה, ווען א יעדעס מאל עקסטער האט די מידיא פארזיכערט אז דאס מאל איז די אינפארמאציע גאר שטארק פארלעסליך, און אז קעלי גרייט זיך צו רעזעגנירן ממש בקרוב... ממש לעצטענס האט ארום קארסירט א מעשה אין די מידיא, אז דער פרעזידענט גרייט זיך צו געבן פאר קעלי די פאזיציע פון 'וועטעראנ'ס אפערס סעקרעטאר', און ער גרייט זיך צו נעמען פאר די פאזיציע פון שטאב הויפט א נאנטע געהילף פון דער ווייסע הויז בודשעט אפיס... און אזוי כסדר האבן די מעשיות קורסירט אהן קיין שום צוריקהאלט. דער פרעזידענט אליין, האט ביי איינע פון די פעלער זיך גאר שטארק אויפגערעגט אויף די אומאויפהערליכע קלאנגן, און ארויסגעשיקט א גאר שארפע טוויט אז די אלע קלאנגן זענען פשוט "פעיק ניוז"...

און טאקע צוליב דעם האט פרעזידענט טראמפ באשלאסן צו באצייכענען דעם ערשטן יאר פון קעלי'ן מיט גרויס פאמפע, קודם כל פשוט צו מאכן ליצנות פון די מידיא, וואס האלטן אין איין שרייען שוין פאר א האלבע יאר, אז אט אט גייט שוין קעלי רעזיגנירן, און דא פאטשט די מציאות אינעם פנים אריין. און נאכדעם איז דער עצם פאמפע א אנדייטונג אז קעלי גייט אין ערגעץ נישט...! על כל פנים נישט פאר די נעקסטע שטיקל תקופה, ווען דער ווייסע הויז 'רעליסט' בילדער ווי פרעזידענט טראמפ מיט קעלי שטיען און שמייכלען מיט ריזיגע שמייכלעך פון אויער צו אויער, מיינט דאס צו זאגן, "שעפעלעך, איר קענט שפעקילירן פון היינט ביז מארגן, איך אבער, גיי אין ערגעץ נישט".. מיינט'ס אבער נישט אז יעצט האט זיך די מידיא שוין אונטערגעגעבן.., נא? וואס עפעס? אף זו דורשין לגנאי..., הערטס א קאפ שטיק... פארוואס מיינט עטץ האט דער פרעזידענט געמאכט אזא טראסק פון דעם ערשטע יאר? איז אזוי, יעצט קומט א קאצקע שטיקל חידוש... דער פרעזידענט וויל גאר אין נאנטן אוועקשיקן קעלי'ן פון זיין אמט, אבער היות ער וויל נישט אז דאס זאל אים אנמאכן גרויסע און געפערליכע בושות, היות קיין איין שטאב באאמטע האלט זיך נישט ביי אים, האט ער באשלאסן צו אויפבלאזן דער חשיבות פונעם זמן וואס קעלי האט שוין געארבעט ביי אים, ס'טייטש?, קעלי ארבעט שוין ביי אים פאר איבער א יאר..., און אזוי ווען ער זאגט אויף קעלי'ן פון זיין אמט, וועט עס שוין נישט זיין אזוי מאדנע און אזוי בולט.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל