דמשק. - די סירישע רעזשים האט זונטאג פולקאם צוריקבאקומען קאנטראל פון איר גולן גרעניץ מיט מדינת ישראל. די רעזשים האט שוין קאנטראלירט רוב פונעם ראיאן די לעצטע פאר וואכן, נאכדעם וואס די אנטי אסאד רעבעלן האבן פארלאזט די געגנט. עס איז אבער געווען א גרופע פארבליבענע קעמפער פון די אייסיס-פארבינדעטע קאליד בין אלוואליד גרופע, און די קעמפער פון די גרופע זענען זונטאג באזיגט געווארן.

די אנטוויקלונג אז די רעזשים אין סיריע האט צוריק דעם גאנצן גרעניץ ראיאן, באדייט געמישטע נייעס פאר מדינת ישראל. פון איין זייט פרייען זיי זיך אז די פארשידענע ראדיקאלע רעבעלן גרופעס זענען פארטריבן געווארן פון דארט, אבער פון די אנדערע זייט געפונען זיך יעצט דארטן די פרא-אסאד קרעפטן, אריינגערעכנט איראנער קעמפער, וועלכע האבן בייזוויליגע פלענער פאר מדינת ישראל.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל