תל אביב. - א פרישע שאצונג פון מדינת ישראל שפיאנאזש באאמטע צייגן, אז אויב ברעכט אויס א מלחמה מיט כיזבאלא, וועט דאס האבן גאר שווערע קאנסעקווענצן פאר מדינת ישראל. די שאצונג צייגט, אז כיזבאלא האט גרייט אומצאליגע הונדערטער ראקעטן און מיסילס צו שיסן, און אז עס וועט נישט געלונגען פאר מדינת ישראל אראפצושיסן אלע.

אויסער דעם, איז דא א גרויס געפאר, אז א מלחמה מיט כיזבאלא ביים לבנון גרעניץ, וועט ברענגען גרויסע בלעקאוטס און לאזן הונדערטער טויזנטער איינוואוינער אן קיין לעקטער. דערווייל זאגן אבער מדינת ישראל שפיאנאזש באריכטן קלאר, אז כיזבאלא זוכט נישט אנצוהייבן יעצט א מלחמה מיט מדינת ישראל, וויבאלד זי איז אקופירט מיטן קעמפן אין סיריע, און אויך איז זי נישט פארזיכערט מיט איר שטאנד אין לבנון זעלבסט.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל