לאנדאן – הויכראנקיגע איראנער באאמטע האבן נעכטן אפגעווארפן די פארשלאג פון פרעזידענט טראמפ צו זיך טרעפן מיט די איראנער פירער אן קיין פריערדיגע תנאים אלס "ווערטלאז" און א צייכן פון "זיך אונטערגעבן", נאך וואס פרעזידענט טראמפ האט זיך ארויסגעצויגן איינזייטיג פון די נוקלעארע אפמאך צווישן איראן און די וועלט מאכטן. די איראנער באאמטע האבן געזאגט אז טראמפ דארף קודם ווייזן אז ער איז ערנסט גרייט פאר פארהאנדלונגען, זאגנדיג אז זיי זענען נישט וויליג צו ווערן באנוצט דורך טראמפ אלס א געצייג פאר זיין פאפוליסטישע אגענדע.

די איראנער באאמטע האבן אויך אנגעצייגט אז די אויל פרייזן וועלן ווייטער ארויפגיין, אויסער אויב זאל אמעריקא שענקען א פטור פאר די פירמעס און לענדער וואס טוען קויפן אויל פון איראן. אין די זעלבע צייט גייט ווייטער אן פראטעסטן אין א צאל איראנער גרויסע שטעט, אין וועלכע די איינוואוינער פראטעסטירן אנטקעגן די רעגירונג צוליב די שוואכע עקאנאמישע לאגע, וואס קומט אין רעזולטאט פון די פארשטערקערטע אמעריקאנער סאנקציעס.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל