סיאטעל – א פעדעראלע ריכטער אין סיאטעל, וואשינגטאן האט ארויסגעגעבן א צייטווייליגע אפהאלט פארארדענונג צו אפשטעלן דאס ארויסגעבן א בלופרינט וויאזוי צו פראדוצירן גאנס דורך נוצן א טרי-די פרינטער, א שריט וואס וואלט אוממעגליך געמאכט פאר די פאליציי און געזעץ אינפארסירער צו נאכגיין און טרעפן אזעלכע סארט פלעסטיק גאנס.
אטוירני'ס דזשענעראל פון אכט שטאטן וואס ווערט געהאלטן דורך דעמאקראטישע ערוויילטע האבן אריינגעגעבן מאנטאג א פארלאנג אין געריכט צו בלאקירן די אפמאך צווישן די פעדעראלע רעגירונג און די קאמפאני וואס האט געמאכט די פלענער צו ארויסגעבן די סארט בלו פרינטס פאר דעם פובליק. אויסער די קלאגע האבן זיי אויך פארלאנגט א באלדיגע אפהאלט פארארדענונג, זאגנדיג אז די טרי-די גאנס טוען פארשטעלן א זיכערהייט ריזיקע, וויבאלד עס וועט געבן די מעגליכקייט פאר יעדן אינדיווידואל, אפגעזעהן איבער זיין גייסטישע אדער קרימינאלע צושטאנד, צו ארויספרינטען א גאן און דערמיט באדראען די זיכערהייט פון אמעריקאנער. דער ריכטער האט אנגענומען די פארלאנג און ארויסגעגעבן אזא פארארדענונג נעכטן דינסטאג נאכמיטאג.
די קאמפאני וואס שטייט אונטער די פלענער האט דערגרייכט א אפמאך מיט די רעגירונג, אבער אין די זעלבע צייט טוען די קאנגרעס דעמאקראטן בעטן פרעזידענט טראמפ ער זאל צוריקדרייען די באשלוס. דער פרעזידענט האט רעאגירט זאגנדיג אז ער וועט אריינקוקן אין די געדאנק, צולייגנדיג אז די געדאנק צו ערלויבן דאס ארויסדרוקן גאנס, לייגט זיך נישט צופיל אויפן שכל.

הוסף רשומת תגובה