שווייץ – א פארשוין איז ארעסטירט געווארן אין דער שווייצער שטאט ציריך, נאכדעם וואס ער האט געסטראשעט קליינע אידישע קינדער, און איז נאכגעלאפן א אידישע פאמיליע מיט א גרויסן מעסער, ה"י. דער אינצידענט, ביי וועלכע קיינער איז בחסדי ה' נישט געשעדיגט געווארן, האט פאסירט פארלאפענעם מוצאי שבת, און ווי עדות האבן דערציילט, האט דער פארשוין זיך ארומגעדרייט נעבן קליינע קינדער וואס האבן געשפילט אויף דער גאס, שרייענדיג אנטיסעמיטישע לאזונגען אין זייער ריכטונג. בערך א האלבע שעה שפעטער, האט ער אנגעהויבן נאכלויפן א אידישע פאמיליע, מיט א לאנגן מעסער אין די הענט. ער איז ארעסטירט געווארן, און ווי די פאליציי זאגן איז ער געווען שיכור.

בילד


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל