פון הרב משה נחום קרויס

דאס קורצע לעבן פונעם בחור'ל א.ש. וואס איז געווען מטובי הלומדים פון די בעסטע לערנער פון איינע די באוויסטע ישיבות, קען אונז לערנען א טיפזיניגע לקח וואס זאל אונז באגלייטן אונזער גאנצע לעבן. די ענדע פון די מעשה איז ווייטאגליך און הארצרייסענד פון איין זייט, אבער פון די צווייטע זייט טוט עס ארויסברענגן א מושג וואס איר תועלת איז אומשאצבעאר, לאמיר אייך פארציילן די מעשה, איי א מעשה וואס האט אונז זייער באנומען.

בילד



געווען איז עס איין טאג ווען דער בחור (א.ש.) האט אנגעהויבן צו שפירן גרויסע יסורים אין זיין האלז, פון אנפאנג האבן די אונטערזוכינגען גארנישט געוויזן, אבער נאכן דורכפירן מער גרינטליכע אונטערזיכונגען האט מען ביי אים אנדעקט די ביטערע מחלה ה"י פאר קיין שום אידיש קינד געזאגט. ער איז תיכף געווארן האספיטעלעזירט, א קייט פון יסורים פון די רפואה המרה און די מחלה ביינאזאם האט ארומגענומען אונזער באליבטען בחור'ל. דער בחור'ל וואס פאר קוים עטליכע יאר בעפאר איז ער מיט טרערן פון התרגשות באגלייט געווארן דורך זיינע געטרייע עלטערן צו די ישיבה, ווען בשעת מעשה זענען זיי מתפלל אז ער זאל וואקסן און שטייגן בתורה ובמעשים טובים, און יעצט שטייען זיין לעבן זיין בעט מיט טרערן פון צער און פיין, על אלה אני בוכיה.

נאך א קורצע צייט האבן די דאקטורים געלאזט וויסן פאר די עלטערן, אז זיין שוואכע קערפער וועט נישט צולאנג קענען אריבערטראגן די שווערע טיפולים, און זיינע שאנסן פון איבערקומען די מחלה איז זערא רח"ל, און זיינע טעג זענען געציילטע.

דער בחור'ל, האט אליינס באגרייפט זיין מצב, און מיט גדלות הנפש האט ער אנגעהויבן צו רעדן מיט די ארומיגע איבערן היום שאחרי, די טאג פון נאכן... ווי אזוי מ'גרייט זיך... ביי איינע פון די שמועסן האט זיך דער בחור'ל געוואנדן צו זיין צובראכענעם טאטען, און אים געבעטן אז ער וויל מיט אים רעדן פרייוואט. דער טאטע האט זיך צוגעריקט צו זיין באליבטן קינד, אים ארומגענומען מיט ליבשאפט און דערביי איםגעגעבן א קוש אויף זיין בלאסע געזיכט.

מיין טייער ליבער קינד, וואס קען איך טון פאר דיר? האט דער טאטע אים געפרעגט, ווען א טרערל טוט זיך אומווילענדיג ארויסגליטשן פון זיינע אויגן... מה שאלתך ומה בקשתך? כ'וועל דיר אלסדונג געבן!

דער בחור'ל האט אנגעהויבן צו שמועסן מיט זיין טאטען איבערן טאג פון נאך זיין פטירה, איך שפיר, טאטע, אז מיין טאג מיין יום המוות דערנענעטערט זיך... כ'בין זיכער אז מ'וועט אפרעכטן א גרויסע לויה, אבער כ'בעט בכל לשון של בקשה, אז ביי מיין לויה זאל מיר קיינער נישט מספיד זיין אויסער מיין 'מגיד שיעור' פון די ישיבה קטנה ווי כ'האב געלערענט בשיעור ב', פאר אים בין איך שולדיג רוב פון מיין רוחניותדיג'ע שטייגונג.

דער טאטע וואס האט געהערט די ווערטער פון זיין קינד, האט געשפירט ווי ער זאל ווען כאפן א מעכטיגע קלאפ אין זיין קאפ, ער האט געזאגט פאר זיין קינד, פארוואס רעדסטו פון די זאכן, מיר זענען אלע מתפלל זאלסט ווערן געזונט אין שטארק, און בעזרת השם כך יהיה אזוי וועט זיין..

דער בחור'ל האט זיך נישט געוואלט מתווכח זיין מיט זיין טאטע, אבער ער האט איבערגעחזר'ט זיין בקשה אז בלויז זיין מגיד שיעור פון שיעור ב' זאל אים מספיד זיין.

דער טאטע דרייט אוועק זיין פנים, ער ווישט זיינע טרערן, ער ווייסט נישט פארוואס זיין זון עקשנ'ט זיך איין אויף די בקשה.

כעבור ימים, נאך עטליכע טעג, זיינע כוחות האבן זיך אויסגעלאזט, און קוים קוים האט ער געקענט ארויסזאגן א ווארט פון זיין מויל, ווען ער האט געזעהן אז די אויגן פון די ארומיגע זענען פול מיט צער, האט ער זיך געוואנדן צו זיי מיט זיינע לעצטע כוחות, און געזאגט: זייט נישט פארדאגה'ט, איך גיי אריבער בשמחה לעולם שכולו טוב, און דער גרויסער באשעפער זאל היילן ענקער ברויך, אבער געדעקנט מקיים צו זיין מיין איינציגע בקשה, אז נאר איינער בלויז דער איינער זאל מיר מספיד זיין.... מער האט ער נישט געקענט רעדן .. זיין קויל איז שטיל געוווארן... זיינע ציכטיגע אויגן האבן זיך פארמאכט, פארמאכט אויף אייביג! תהא נשמתו צרורה בצרור החיים, ובגן עדן תהא מנוחות.

בעפארן פארברייטונג צום לויה, האט דער צובראכענע טאטע מודיע געווען איבער די לעצטע בקשה פונעם נפטר, און עס איז א מצוה לקיים את דברי המת. איינע פון די רבנים האט זיך פארבינדן מיטן מגיד שיעור פון שיעור ב', און אים איבערגעגעבן די בקשה פון זיין געוועזענם תלמיד אז ער און בלויז ער זאל אים מספיד זיין. דער מגיד שיעור איז געכאפט געווארן אין שאק, ער האט געשפירט ווי ער טראגט נישט דורך די בשורה המרה, ער האט אפילו נישט געוויסט אז זיין תלמיד איז נישט געזונט געווען, און דא הערט ער אז ער איז שוין נישטא, פאר זיינע אויגן זענען אריבער בליץ שנעל די זכרונות פון זיין באליבטן תלמיד, זיינע שוועריגקייטן און דערנאך זיין הצלחה.

נאך אפאר מינוט, ווען דער מגיד שיעור האט פארדייט די שרעקליכע בשורה, האט ער געזאגט אז ער קען נישט מספיד זיין, מ'האט זיך געבעטן ביי אים, אבער ער האט געזאגט אז עס איז זיכער געשעהן א טעות.

בעפאר די לויה האט דער טאטע איבערגעבען פארן מגיד שיעור א צוקנייטשטע פאפיר, ווען בשעת מעשה דערציילט ער פארן מגיד שיעור מיט שרעקליכע בכיות: ווען מיין זון האט מיר געבעטן אז נאר איר זאלט אים מספיד זיין, האט ער דערביי מיר געבעטן אז איך זאל די פאפיר ארויסנעמען פון זיין בערזל און עס נישט אויפעפענען, נאר איך זאל עס ברענגען צו אייך, און בשעת מעשה האט ער זיך אויסגעדריקט, אז זיין רוחניותדיג'ע לעבן איז ער שולדיג פאר אייך, און פארן צעטל וואס איך געב אייך יעצט דא איבער. בתחילה האט דער מגיד שיעור נישט באגרייפט וואס עס קומט דא פאר, אבער ווען ער האט אויפגעמאכט דאס צעטל און געליינט איר תוכן, האט ער זיך דערמאנט איבער א עפיזאד וואס האט זיך אפגעשפילט עטליכע יאר בעפאר.

*

געווען איז עס מיט עטליכע יאר בעפאר, די בחורי הישיבה פון זיין כיתה זענען זיך נישט אויסגעקומען צווישן זיך בעניני חברותות, עס האט געהערשט א שטארקע אנגעצויגענקייט אין די לופט. די אנגעצויגענקייט האט משפיע געוווען אין זייער הצלחה און זייער התמדה האט זיך צעביסליך אפגעלאזט. דערי מגיד שיער זענדיג אז עס נעמט נישט קיין סוף, איז ער אויפגעקומען מיט א שעפערישע איינפאל. ער האט אנגעגרייט אסאך צעטלעך, אויף יעדע צעטל האט ער אויפגעשריבן די נעמען פון אלע בחורים, ביי יעדע נאמען האט ער צוגעלייגט א שטריך אז מ'זאל קענען צושרייבן לעבן די נאמען.

ער האט זיך געוואנדן צו די בחורים, און ער האט גערעדט צו זיי אז יעדע בחור אן קיין אויסנאם פארמאגט אסאך מעלות, א טייל מעלות זענען באהאלטן, און א טייל זעהט מען נישט איין אז מ'האט בכלל, איך בעט ענק טייערע תלמידים, יעדער איינער זאל טראכטן איבער א מעלה אדער מעלות פון זיינע חברים דאהי אין כיתה, און מ'זאל צושרייבן די מעלה פון יעדע בחור לעבן זיין נאמען, א מעלה וואס מ'זעהט אין יענעם, שתראה כל אחד מעלת חברינו.

עס האט גענומען עטליכע טעג, די בחורים האבן אויסגעפאלגט די בקשה פון זייער מגיד שיעור, זיי האבן אים צוריקגעברענגט די צעטלעך, די צעטלעך האבן אויף זיך פארמאגט כמה מעלות רבות פון איינעם אויפן אנדערן. דער מגיד שיעור האט זיך אראפגעזעצט און פאר יעדן בחור באזונדער האט ער געשריבן אלע מעלות וואס זיינע חברים לישיבה האבן געשריבן אויף אים, ער האט פאר יעדע בחור איבערגעגעבן א צעטל מיט די מעלות, און זיי געזאגט: זאלסט וויסן אז אויב אנדערע שרייבן אויף דיר די מעלות, איז א סימן אז די פארמאגסט די מעלות, אויב וועסטו אויסנוצן די מעלות כראוי ביסטו עתיד אויפציוואקסן א גדול בישראל.

והנה זה פלא, נאך א שטיק צייט האט זיך די אטמאספערע אין די ישיבה אינגאצן געטוישט ממש מקצה אל הקצה, דאס לערנען האט זיך פארבעסערט, די רעזולטאטן זענען געווען ממש אמגלויבליך, די בחורים זענען געשטיגן טאג נאך טאג העכער און העכער, אלס א דאנק די קאמפלימענטן וואס זיי האבן באקומען פון זייערע חברים.

דער מגיד שיעור האט נישט געוויסט ווי ווייט זיין עצה ותבונה וואס הקב"ה האט אים ממציא געווען האט געהאט אזא עפעקט. הערשט יעצט ביים עפענען דאס צעטעלע פון תלמידו הנפטר, דאס צעטעלע אנגפילט מיט די מעלות און קאמפלימענטן פון חבריו לישיבה, האט דער מגיד שיעור באגריפן די תועלת און די סיבה פארוואס דער בחור הנפטר האט געוואלט אז ער און בלויז ער זאל אים מספיד זיין.

די מעלות אינעם צעטעלע וואס דער מגיד שיעור האט געשריבן פארן בחור פאר עטליכע יאר בעפאר, איז יעצט געווארן דאס הספד, כוואליעס פון טרערן האבן זיך געגאסן ביי די הארצריינסענדע לויה, בשעת ווען דער מגיד שיעור האט פארגעליינט די מעלות פונעם בחור הנפטר, די מעלות וואס זיינע חברים האבן אויף אים געשריבן.

בשעת די ניחום אבלים ווען דער מגיד שיעור איז געקומען טרייסטן די צובראכענע עלטערן, זענען צום אים צוגעקומען עטליכע פון זיינע געוועזענע תלמידים, און אלע פון זיי האבן ארויסגענומען פון זייער טאש די באליבטע צעטעלע וואס דער מגיד שיעור האט פאר זיי אפגעשריבן עטליכע יאר בעפאר מיט זייערע מעלות וואס זייערע חברים האבן געשריבן, און זיי האבן געזאגט אז דאס צעטעלע מיט די מעלות און קאמפלימענטן האט זיי געגעבן די מוט צו שטייגן מעלה מעלה על במתי התורה והיראה.

הערשט דאן האט דער מגיד שיעור באגריפן אז מיט א קליינע פעולה האט ער אויפגעטון גדולות ונצורות, ער האט זיך איבערצייגט וואס א גוט ווארט פון איינעם אויפן אנדערן קען אלס אויפטון. ע"כ המעשה הנורא.

*

קוראי השער, די מעשה האט אונז זייער איבערגענומען, מיט א קליין ווארט וואס קאסט נישט קיין אנטשרענגונג עס קאסט נישט קיין געלט, קען מען אויפטון גאר גרויסע זאכן, מ'קען ראטווען מענטשן בזה ובבא. בשנת תשע"ה (פ' בשלח) ווען מיר האבן געשריבן די מאמר 'א גוט ווארט (קאמפלימענטן) חלק א' האבן מיר צוריקבאקומען גריסן פון גאר ווייט, ס'האט זיך אנגעזעהן ווי מענשטן האבן אנערקענט אז דאס געבן\באקומען קאמפלימענטן האט גאר א גרויסע עפעקט. צווישן אנדערע האבן מיר דאן באקומען א געשריבענע בקשה פון א פראפעסער ווי ער האט געבעטן רשות עס איבערצוטיישטן אויף ענגליש. די קאמפלימענטן אויף די קאמפלימענטן ארטיקל ליגט אונז נאך אין די ביינער אפילו עס איז שוין אריבער איבער דריי יאר פון דאן, עס צייגט די גאר שטארקע כח פון א קאמפלימענט.

עס איז כדאי צוציברענגן די מעשהל'ע מיט וואס מיר האבן דאן אנגעפאנגן די מאמר: מרן הגאון רבי אביגדור מיללער זצ"ל האט מעיד געווען אויף זיך אליין בסוף ימיו ווען ער איז שוין געווען 92 יאר. אז ווען ער איז געווען א 12 יעריג יונגל האט אים א 'גוי' געזעהן דאווענען, און דער 'גוי' האט זיך אנגערופן דאס יונגעלע דאווענט שיין!. עד היום, אכציג יאר שפעטער! געדענק איך בבהירות מיט א קלארקייט, גענוי ווי אזוי דאס פלאץ האט אויסגעזעהן ווי איך בין דאן געשטאנען, ווי אזוי די ארום האט אויסגעזעהן, איך געדענק נאך די 'הרגשה נפלאה' די מוראדיג'ע גוטע פילונג, און דאס האט מיר באגלייט אלע מיינע יארן ביז יעצט!.

מיר האבן דאן ארומגערעדט איבער די סיבה, אויב איז א קאמפלימענט אזא קלייניגקייט צו געבן, דאן פארוואס געבן עס מענטשן אזי שווער? במאמר הלז וועלן צוברענגן עטליכע נייע ערקלערונגען דערויף, ווי אויך נייע קרישקעלעך און הוספות איבער די נושא פון 'א גוט ווארט', עס איז נישט מער ווי פאסיג צו רעדן פון די נושא אין די יעצטיגע טעג ווען 'אהבת חינם' איז די תיקון הראוי, לאמיר נישט ווארטן צו קאמפלימאנטירן איינעם לאחר מאה ועשרים, לאמיר קאמפלעטירן בחיי חיים למען ייטב לך והארכת ימים.

יהללוך זר..

חז"ל במסכת חולין (קלח) פארציילן איבער די פייגלען די 'יונים הרדיסאות' וואס הורדוס המלך האט אויפגעצויגן, דעריבער האבן די יונים געהייסן 'הרדיסאות' על שם הורדוס. דערציילן די חז"ל אמר רב כהנא האט רב כהנא געזאגט, אז ער האט געזעהן די מיני יונים וואס זענען געווען אייניקלעך פון די יונים פון הורדוס (רש"י) די יונים זענען געשטאנען אויסגעשורה'ט אין זעכצן שורות, און יעדע שורה איז געווען לאנג ברחב מיל, און די טויבן האבן געזאגט 'קירי קירי' וואס מיינט 'אדוני אדוני, הער הער' – איין טויב איז געווען א מחוצף און זי האט געשריגן 'בירי בירי' וואס מיינט 'עבד עבד, קנעכט קנעכט' – כידוע איז הורדוס געווען א בן גרים, חז"ל פארציילן (בבא בתרא דף ג, ד) אמר הורדוס, מי הם הדורשים 'מקרב אחיך תשים עליך מלך' ? חכמים! קם והרג לכל החכמים, והותיר את בבא בן בוטא ליטול עצה ממנו. הורדוס וואס האט געשטאמט פון עבדים האט געוויסט אז די חכמים וועלן אים נישט אננעמען אלס מלך יהודה, וויבאלד א מלך דארף זיין 'מקרב אחיך' האט ער דעריבער אויסגעהארגעט אלע חכמים, און בלויז איבערגלאזט איין חכם וואס זאל אים עצהנ'ן. – עכ"פ דער איינצעלנע טויבעלע האט פארציילט דעם אמת, און געשריבן קנעכט קנעכט, האבן איר חברט'עס איר געזאגט די שוטה, זאג 'קירי, הער' אזוי ווי אונז זאגן. האט זי זיך אנגערופן דעם וועם ענק רופן הע"ר, איז באמת א קנעכט. דערציילן חז"ל זענען געקומען עבדים וואס זענען איבערגעליבן פון עבדי הורדוס און געשחט'ן די טויבעלע ווייל זי האט פארציילט די אמת און זיי פארשעמט (זעה בגמרא שם ווי אזוי זיי האבן גערעדט צו כישוף, צו שיחות עופות).

שרייבט דער סטייפלער גאון זצ"ל בספרו חיים עולם, קיין שום קעניג האט נישט אויפגעצויגן די מיני טויבן, נאר הורדוס און דעריבער ווערן זיי אנגערופן 'הרדיסאות' על שמו. פארוואס האט ער עס געטון? הורדוס האט געוויסט אז באמת איז ער נישט קיין מלך, און יעדער האט אים אנגעקוקט אלס אן עבד וואס האט מורד געווען און נישט ווי קיין קעניג, ער האט זיך נישט באגעניגט מיט דעם וואס ער האט געפירט די מלוכה ביד רמה, עס האט אים געפעלט אז 'אנדערע' זאלן אים אנרופן 'מלך מלך' – איר הערט? גארנישט האט נישט אפגעשטילט זיין רגש הנחיתות, ער האט געמוזט צוקומען צו אנדערע זאלן אים מעריך זיין און אים זאגן א גוט ווארט, אבער קיינער האט נישט געמיינט באמת, האט ער געמוזט אויפציען טויבן וואס זאלן כסדר שרייערן קעניג קעניג, זעכצן שורות פון טויבעלעך ברייט א מיל, און אלע זאלן שרייען קעניג קעניג.

מיר זעהן דא א דבר מדהים, יהללוך זר ולא פיך, זיך אליינ'ס קאמפלימענטירן האט נישט די זעלבע עפעקט ווי עס קומט פון א צווייטן.

ווערטער קאסטן נישט קיין געלט, אבער וואס ווערטער קענען חרוב מאכן קען קיין שום געלט נישט פאררעכטן. אבער פון די צווייטע זייט, די כח פון איין גוטע ווארט קען בויען א עולם מלא א גאנצע וועלט. – גדולה גמילות חסדים יותר מן הצדקה שזו גמילות חסד בגופו וצדקה רק בממונו (עי' סוכה מט) לערנעט אפ די מהרש"א די גמרא: עס איז גרינגער פאר א מענטש צו געבן פון זיין געלט פאר א נצרך, ווי אים צו העלפן בגופו. דאס הייסט א גוט ווארט איז אסאך שווערער פאר א מענטש צו געבן ווי צו געבן געלט.

עס איז לייגט זיך שווער אויפן שכל, מיר רעדן נישט פון קאמפלעמענטירן פרעמדע, מיר רעדן פון אייגענע משפחה, אב לבנו, אם לבתה, בין איש לאשתו, ברידער און שוועסטער, מענטשן וועלן אפילו אייגענע נישט קענען זאגן א גוט ווארט! אויב וואלטן מיר געוויסט וואס א גוט ווארט קען אויפטון וואלט מען עס נישט געקארגט, נאר געגעבען און געגעבן. די אלע שיעורים און לעקציעס וואלט ווען נישט אויסגעפעלט אויב וואלט מען ווען באקומען\געגעבן א גוט ווארט איינער פארן צווייטן.

סיבות פון נישט קאמפלעמאנטירן

עס זענען פארהאנען עטליכע סיבות פארוואס עס איז טאקע אזוי שווער צו געבן א גוט ווארט (מתוך והבית בהבנותו)

1) השפעת העבר, די וואס זענען אויפגעוואקסן אן צו באקומען קיין קאמפלימענטן פון זייערע עלטערן און רבי'ס\טישטער'ס, דערקעגן קריטיק האבן זיי באקומען א ברייטע פארציע, די ווערן אויפגעוואקסן און עס איז איינגעבילדעט אין זייער אונטערנבאוויסטזיין אז א גוט ווארט איז חס מלהזכיר, און אפילו ער וויל עס שוין יא זאגן וועט די סא"ב קאנשענ"ס עס אפשטעלן. – פאר די מיט די השפעת העבר, זיי דארפן שווער ארבעטן אויף זיך, אבער אויב וועט מען זיך ברעכן און טרעפן ביי יעדעם עפעס א מעלה און 'ארויסזאגן' בפה מלא, וועט מען מיט די צייט גובר זיין אויף די עבר.

2) חוסר התייחסות, מענטשן זענען געוואוינט אז וואס אנדערע טוען פאר זיי איז נארמאל, די ווייב 'מוז' קאכן נאכטמאל, און 'מוז' וואשן די וועש, די קינדער 'מוזן' העלפן, דער חבר 'מוז' מיר טון די טובה, מיין טאטע מאמע 'מוזן' מיר טון כך וכך. אז מיין קינד לערנעט פלייסיג קומט זיך אים א גוט ווארט? צו איז ער דען נישט קיין איד, ער מיז און דארף דאך לערנען.... דער ארבעטארער ארבעט געטריי, געב אים\איר א גוט ווארט, וואס עפעס, זיי ווערן דאך באצאלט? אנטשולדיגט, זיי זענען מענטשן מיט געפילן, זיי ערווארטן צו הערן צו ביסט צעפרידן, געלט טוט נישט אזוי אויף ווי א גוט ווארט. עס איז ראטזאם צו פראבירן צו געבן א גוט ווארט, די תוצאות זענען גאר גאר שנעל! איר גלייבט מיר נישט? פראבירט עס אויס...

3) מ'האט מורא אז דער צווייטער וועט צוריקווארפן די קאמפלימענט, ווייל מ'טראכט אז יענער וועט זאגן די חנפס'ט מיר אד"ג עס איז א אמת'ע מורא ווייל זייער אסאך מענטשן ווייסן נישט ווי אזוי זיך אומצוגיין מיט קאמפלימענט'ן, זיי מאכן עס אוועק – די אמת איז, אז די וואס מאכן עס אוועק זיי דארפן עס די מערסטע, זיי זענען דארשטיג נאך א גוט ווארט, זיי עקשנ'ן זיך עס אנצונעמען כדאי מ'זאל עס נאכמאל איבערזאגן (די ביסט אפגעפאלן... עהה, אינגאנצן נישט... דער וויל עס פשוט איבערהערן..)

4) קנאה, מ'האט פשוט מורא אז מיטן געבן פאר יענעם א קאמפלימענט וועט מען ווערן ווייניגער. דאס איז א פשוטע נידריגע מדה, ארבעט אויף אייערע מידות צו פארגינען אנדערע וועלן זיך קאמפלעמענטן אנהויבן זיך צו גיסן.. בדרך אגב, געבן פאר יענעם מאכט דעם געבער מער באליבט, האב נישט מורא וועסט נישט קלענער ווערן.

5) דער אורחות חיים להרא"ש שרייבט: ודרכם של הבריות להעלים הטובות ולגנות הרעות. דערנער וואקסן פון זיך אליינ'ס, רויזן דארפן צוקומען צו שווערע ארבעט און פלאנצונג. יענעמ'ס חסרונות זעהט מען אטאמאטי"ש, אבער מעלות צו זעהן דארף מען זוכן (תפילת רבי ר' אלימלך זצוק"ל) – די עצה היעוצה פאר דעם איז ווי די מעשה מיט וואס מיר האבן אנגעהויבן די מאמר, און ווי הרב נח ויינבערג זצ"ל שרייבט בספרו 48 דרכים לחכמה (דרך ל"ב): 'אהבה' וואס מיינט ליב האבן א צווייטן? אהבה מיינט די הנאה וואס ווערט נגרם פאר אונז פון די מעלות פונעם צווייטן! ער עצה'ט דארט אז מ'זאל מאכן א ליסטע פון אלע מיני מעלות (זעה בפנים, מקבל, נוח להסכים, מתחשב בזולת, רגוע, עדין, ישר, עניו, ותרן, חייכן) און כאטשיג איין מעלה ווען מען טרעפן ביי יענעם. קוק דיך ארום לעבן וועם די דרייסט זיך במשך היום, אפילו מ'האט 57 סיבות אים נישט ליב צו האבן, קען נישט זיין אז יענער פארמאגט נישט כאטשיג איין סיבה פארוואס מ'זאל אים יא ליב האבן.

דער גאון הגאונים הרב מטשעבין זצ"ל, איז זיך אומגעגאנגן מיט יעדן תלמיד לפי זיינע מעלות, ער האט געוויסט ווי אזוי ארויסצוברענגן יעדעמ'ס כשרונות.

ער האט אמאל געזאגט: עס זענען דא בוחנים פארהערער'ס וואס זייער גאנצע ציל איז להוכיח אז דער וועם מ'פארהערט קען נישט, זיי זוכן צו כאפן יענעם ביי טעותים. דערקעגן, אני, האט דער רב געזאגט, דוקא מבקש איך זיך אז דער נבחן זאל גוט קענען.

א בחור בישיבתו איז געווען ידוע ווי א בטלן און א לא יוצלח, דער טאטע פונעם בחור האט זיך אויסגערעדט פארן רב, בני, מה תהא עליה?

וואס וועט זיין מיט מיין זון?

ביים וועכנטליכן פארהער האט זיך דער רב געוואנדן צום בחור מיט א שאלה! דער בחור איז אינגאצן רויט געווארן אין געשוויגן.. אבער דער רב האט נישט נאכגעלאזט, און אים געזאגט, דריי דיר נישט ארויס, איך ווייס אז דו קענסט די שיעור וואס מ'האט געלערענט, כ'וויל די זאלסט מיר ענטפערן!

בלית ברירה האט דער בחור ארויסגעזאגט עפעס ווערטער, דער רב איז אריין מיט דעם בחור אין א שמועס במשא ובמתן, ביז ער האט געעפענט מעייניו של הבחור, די קוואל פונעם בחור, עס איז נתברר געווארן לעין כל אז אין תוכו כברו, און ער קען טאקע לערנען. עס איז געווארן די שיחת היום, אז בחורים האבן ממש גערעדט אז ער איז א צדיק נסתר.. אבער די יודעי דבר האבן געוויסט אז עס איז צו פאדאנקן דעם טשעבינער רב, ווי ער האט מיט חכמה אריינגעווארפן דאס גוט ווארט 'כ'ווייס אז די קענסט די שיעור' דאס האט דעם בחור געמאכט קענען און לערנען.

לאמיר זיך מקבל זיין נישט צו קארגן קיין גוטע ווערטער, נישט קיין געמאכטע, נאר באמת'ע גוטע ווערטער, לאמיר מרבה זיין אהבת חינם. און מיר זאלן זוכה זיין אז ימים האלו יהפכו לששון ולשמחה, אכי"ר.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל