אריזאנע – א לאקאלער פאליטישאן אין פיניקס, אריזאנע, האט געמיינט אז דאס וואס ער איז א פאליטישאן, גיט אים ערלויבעניש צו פארן געפארפול העכער'ן ספיד-לימיט, און אז ער האט אימיוניטעט פון אויסשטיין א טיקעט דערפאר. לעגיסלאטאר פאול מאסלי איז אפגעשטעלט געווארן דורך א פאליציי אפיציר פאר'ן רייזן העכער'ן ספיד-לימיט אויף א לאקאלן שאסיי, אבער אנשטאט צו אקצעפטירן זיין גורל און געגאנגען ווייטער, האט ער זיך גאר געגרויסט פאר'ן פאליציי אפיציר, אז ער פארט צומאל אזוי שנעל ווי 130 בי 140 מייל פער שטונדע. ווען ווידעא פונעם אינצידענט איז פארשפרייט געווארן נעכטן, האט מאסלי פובליצירט אן אנטשולדיגונג.
הוסף רשומת תגובה