מאנסי - פאליציי אין ראקלענד קאונטי האבן געעפנט א זוך אקציע אויף צוויי פארשוינען, וועלכע האבן דורכגעפירט א רויבעריי אויף א אידישע הויז אין די וועסלי היללס געגנט. די גניבה האט פאסירט פרייטאג צונאכטס, ווען די גאנצע פאמיליע, מיט 9 קינדער, האט זיך געפונען אינדערהיים. די צוויי פארשוינען האבן זיך פארדעקט די פנימער, און האבן זיך אריינגעבראכן דורכ'ן אפענעם פראנט טיר, און האבן גע'גנב'עט צירינג, א טייערע זייגער און א קאמערע. אויפן וועג ארויס פונעם הויז, האבן די פארשוינען באגעגנט די מאמע פונעם הויז, און זי האט באוויזן צוריקצוכאפן די טייערע קאמערע, בעפאר איינער פון די גנבים זענען איר איבערגעפאלן און אראפגעווארפן אויף דער ערד. ווי דער פאטער האט שפעטער געזאגט, האט אויסגעזען ווי די גנבים האבן געוואוסט דעם אויסשטעל פון די הויז, און די פאליציי זאגן אז זיי פירן דורך א מאסיווע זוך אקציע, צו טרעפן די גנבים.

בילד


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל