גענעראל מייקל פלין האט אויפגעטרעטן צום ערשטן מאל פארנט פון א פעדעראלע קרימינאל ריכטער; זיין לויער זאגט אז ער איז שוין זייער אומגעדולדיג און וויל שוין ווערן 'געסענטענסט' ווי שנעלער

בילד



צום ערשטן מאל זייט פאראיאר זומער ווען גענעראל מייקל פלין האט זיך דערקלערט שולדיג און 'גילטי' אויף אלע קלאגעס, איז גענעראל פלין געקומען פארענט פון א פעדעראלע קרימינאל ריכטער, כדי אויסצושמועסן די טערמינען ווען און ווי אזוי זיין סענסעטונג וועט פארקומען.

ווי באקאנט איז דער געוועזענער גענעראל מייקל פלין געווארן אנגעקלאגט דורך ראבערט מולער און זיין שטאב, אויף די קלאגע אז ער האט געזאגט ליגענט פאר די פעדעראלע אויספארשער, ווען ער האט ליגענט געזאגט אז ער האט זיך קיינמאל נישט געטראפן מיט די רוסן במשך פונעם קאמפיין, ווען אין פאקט האט ער זיך געטראפן מיט רוסישע באאמטע מער ווי איין מאל דורכאויס זיין קאמפיין, ווי אויך האט ער נישט באריכטעט פאר די פעדעראלע באאמטע אז ער ארבעט פאר א לאביאונג פירמע וואס טוט לאביאירן פאר די טערקישע רעגירונג, א זאך וואס ער וואלט געווען מחיוב צו טון ביים באטרעטן זיין אמט אלס 'נאציאנאלע סעקיורעטי עדווייזער'. פלין איז אנגעקלאגט געווארן דורך מולער אין זיין שטאב, א זאך וואס איז געווען טאטאל ערווארטעט, ווארום טראמפ אליין האט דאך אים געפייערט פון זיין אמט צוליב טאקע אט די ליגענטס. א שטיק צייט שפעטער האט פלין זיך דערקלערט שולדיג אויף אלע קלאגעס, אין א פלי בארגען דיעל, ביי וועלכע ער האט פארשפראכן צו קאאפערירן אינגאנצן מיט מולער אין זיינע אויספארשער.

זינט דאן איז זיך שוין פארלאפן דרייצן חדשים, און 'ואין קול ואין עונה ואין קשב'. מען האט גארנישט געהערט פון מולער מיט זיין שטאב לגבי דעם קעיס פון גענעראל פלין, און לכאורה וואלט געווען דער נאטירליכע 'רעספאנס' אויב וואלט מען איינעם געפרעגט וואס עס הערט זיך מיט גענעראל פלינ'ס קעיס, אז וואס הייסט? מולער מיט זיין שטאב פארשן אים גוט אויס, ווארום ער האט דאך גע'חתמ'ט אויף א פלי בארגן, נישט אזוי? למעשה שטעלט זיך ארויס אז עס איז לגמרי נישט אזוי.., ווייל פון פאראיאר זומער ווען פלין האט זיך דערקלערט שולדיג אויף אלע קלאגעס און האט גע'חתמ'ט אויף א פלי בארגען דיל, האט מען אים בלויז איינמאל לייכט אויסגעפרעגט אויף א פאר נארישע פראגעס, אבי יוצא צו זיין אז מען האט אים אויסגעפרעגט, און אז זיי האלטן נישט סתם אזוי צוריק זיין 'סענסעטונג' פאר פראקוראר'ישע חשבונות, נא.. חלילה... זיי האלטן אים אונטערן סיסטעם וויל מען דארף אים ערנסט אויספרעגן..., דערווייל ווערט גענעראל פלין ערנסט צופלאצט.., ווייל פון איין זייט האט ער זיך שוין דערקלערט שולדיג, אבער פון דער אנדערע זייט גייט עס נישט אין ערגעץ, נישט מען סענסעט אים, און נישט מען גייט ווייטער מיטן קעיס, אזא ווירטשאפט קען אראפפירן א מענטש פון די גלייזן, און ספעציעל ווען דו ווייסט אז מען האלט דיך נאר אויף, כדי אז אויב וועט מולער אים וועלן נוצן אלס א עדות אנקעגן פרעזידעט טראמפ, זאל ער האבן א וואפן אקעגן אים מיט וואס צו סטראשן, און דאס אלעס דארף ער שטטיין און צוקוקן, בשעת ווען דער אויספארשער שטעלט זיך אוועק פארנט פון קאמערעס מיט א בלעכענע פנים, אז די סיבה פארוואס די אויספארשונג גייט נאך אן, איז ווייל מיר קריגן נאך אלץ פון אים גאר ווערטפולע אינפארמאציע....

נעכטן מאנטאג האט פלינ'ס לויער געהאט א זיצונג מיטן ריכטער, כדי איבערצושמועסן ווי אזוי מען נעמט דעם קעיס ווייטער פון דא. פלינס לויער האט מוחה געוווען אקעגן דעם פרעכע באהאנדלונג, ספעציעל ווען פלין האט קאאפערירט מיט די אויספארשער א הונדערט פראצענט, און קיינמאל נישט צוריקגעהאלטן קיין אינפארמאציע פון זיי. פלינ'ס לויער האט געזאגט אין געריכט "מיין קליענט איז שוין זייער אומגעדולט'דיג צו קריגן 'סענסעטונג', כדי אזוי ארום זאל קענען שוין קענען אנהייבן דינען זיין טערמין, און קענען לייגן דער גאנצע פרשה אונטער אים. דער שופט האט פארגעליינט דער אפיציעלע אנטווארט פון דער פראסעקיושען, וואס האט פראבירט מסביר צו זיין מיט אלע מיני תירוצים, אז עס איז זייעיר וויכטיג אז פלין זאל נאכנישט זיין אפגע'משפט, ווילאנג עס גייט נאך אן דער קעיס פון פרעזידענט טראמפ מיט די אזוי גערופענע 'קעלודשן'. דער שופט האט געזאגט אז ער ווועט מאכן זיין החלטה אין די נאנטע טעג ווער פון די צוויי צדדים זענען גערעכט מט זייערע טענות.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל