האנג קאנג – אן אינטערעסאנטע "בלומבערג" באריכט שילדערט די שוועריגקייטן מיט'ן טרעפן א ליידיגע פארקינג ארט אין האנג קאנג. דער באריכט דערציילט, אז דער מארקעט פאר פארקינג ערטער אין די הו-מאן-טין דיסטריקט דארטן, איז פיל מער געצוימט און טייערער ווי שיינע אפארטמענטס, און לעצטנס האט מען געהערט אז איין פארקינג ארט האט זיך פארקויפט פאר דער סומע פון 765 טויזנט דאלאר! דער מצב איז אזוי געפערליך, אז דערען האו, א זאמלער פון אנטיק קארס, זאגט אז ער האט לעצטנס אפגעשיקט צוויי פון זיינע טייערע קארס ביז קיין קאליפארניע, עס צו פארקירן דארטן, וועלנדיג זיך שפארן געלט.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל