קאליפארניע – א פרישע שטודיע, דורכגעפירט דורך דער "וואלעט-ווייז" גרופע, צייגט אז פון א ליסטע פון 540 סיטיס איבער דער וועלט, איז סאן פראנציסקא, קאליפארניע די סאמע טייערסטע צו וואוינען, וויבאלד עס קאסט דארטן א דורכשניט פון דריי און אהאלב טויזנט דאלאר רענט. די סיטי פון העמילטאן אין בערמיודא, איז דער נומער צוויי טייערסטע ארט, מיט א דורכשניט פון 3,400 דאלאר רענט א מאנאט. ווייטער אויף דער ליסטע זעט מען, אז מאנהעטן קומט אריין נומער דריי, מיט א דורכשניט פון 3,050 דאלאר רענט א מאנאט, און סאן האוזעי, אויך א סיטי אין קאליפארניע, איז נומער פיר, מיט 2,500 דאלאר רענט א מאנאט. נומער פינף איז האנג קאנג אינאיינעם מיט אוקלענד, נאך א סיטי אין קאליפארניע, וואו עס קאסט אין דורכשניט א מאנאט רענט, אזויפיל ווי 2,450 דאלאר.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל